Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום שבת, דצמבר 31, 2005

א בריוו קיין אייראפע




וועלוול טשערנין


אַ בריוו קיין אייראָפּע. דאָס יאָר דתת''ס


,ווייסט, צעזייטע און צעשפּרייטע איבער לענדער בני־ישראל
,די, וואָס זאָגן מיט כוונה "ברענג צונויף אין אונדזער לאַנד אונדז
.זייט געוואויר: איר האָט פאַרלאָרן אַלע רעכט אויף נחלת־אָבות
,ס'איז ניטאָ מער קיין חזקה, חוץ דער תפילה אינעם סידור
.חוץ דער לויטער־מאָדנער בענקשאַפט, חוץ די אוראַלטע נבואות

.אָן אַ נעשה פאַרן נשמע וועט דאָס רעכט צוריק ניט קומען
.אייער יידישקייט איז, ליידער, פון דער אוראַלטער א היפוך
.זאָגט איר: "נשמע" און דעם נעשה טייטשט איר אויס געדולדיק־קנעכטיש
.וואַרט איר אויף אַ יד חזקה, וואָס וועט ווידער טאָן אייך נסים
.וואַרט נאָך טויזנט יאָר, עבדים. די חזקה איז פאַרלאָרן

בעט איר טויזנט יאָר זאָל אויפשטיין אייך במהירה בימינו
?בית־המקדש. און די שטיינער האָט איר אָנגעגרייט באַצייטנס
האָט איר דען לכל־הפּחות זיך געטשעפּעט מיט די נעגל
?פאַר די שטיינער פונעם היימלאַנד, וואָס מוז זיין כולה ישראל
.ניין, ניט איר. איר זיצט אין גלות און איר דאַוונט מיט כוונה –

,האָט איר שוין געהערט אין ווייטן, ברידער מיינע, בני־ישראל
?די, וואָס זיצן אינעם גלות אויפן צפון, דאָרט ביי עשיו
?האָט איר שוין געהאָרכט די בשורה? איז זי שוין צו אייך דערגאַנגען
,אָדער ווייסט איר נאָך ניט, ברידער, אַז די פעסטונג איז געפאַלן
?און ס'איז מער שוין ניט געבליבן קיין איין שטאָט כולה ישראל

ס'האָט די שטאָט געהייסן חיפה. ס'האָבן דאָרט געלעבט די לעצטע
,בני־ישראל, וועלכע האָבן אויפגעהויבן דרייסט די שווערדן
,בירושהדיקע שווערדן צו באַשיצן אייער היימלאַנד
!אייער ווירדע און חזקה. וויינט דאָך! איך גבורים נפלו
.אייך – בלויז עיטים וּמזמֵרות, זיי – די שווערדן און די שפּיזן

,חיפה איז אַליין געבליבן אויפן ברעג ביים ים־הגדול
ביי די פיס פון הויכן כרמל, וואו עס האָט אַ מאָל אליהו
.דרייסט באקעמפט עבודה־זרה און האָט זי פאַרברענט מיט פייער
,טויזנט יאָר שוין נאָכן חורבן. ס'איז ניטאָ קיין בית־המקדש
.אָבער פונקען פונעם מוקד האָבן נאָך געשיינט אין חיפה

,בעל־מלאכות, סוחרים, פישערס האָבן דאָרט געלעבט ווי יידן
.עכטע יידן על־פּי תורה אויפן באָדן פונעם היימלאַנד
,רוימער, גריכן און אַראַבער פלעגן קומען און אַוועקגיין
אָבער חיפה איז געבליבן טויזנט יאָר כולה ישראל
.בעת איר האָט געשלעפּט דעם גלות און געדאַוונט מיט כוונה

.ס'איז ניטאָ מער קיין חזקה זינט דעם יאָר תת''ס דעם שוואַרצן
ווילדע קריסטן פון אייראָפּע, וועלכע האָבן אויסגעשאָכטן
,גאַנצע הייליקע קהילות פון די שטילע גלות־יידן
.זיינען דאָך דערגאַן אַהערצו, ביז די שטעט פון אייער היימלאַנד
.האָבן זיי צו ערשט באַלאַגערט און פאַרכאַפּט ירושלים

.ס'האָבן טייכן בלוט גערונען, הייליק יידיש בלוט אין גאַסן
.ס'איז קיין יידן ניט געבליבן ווידער אין ירושלים
.אומעטום דאָרט הערשט דער צלם ווי אין גלות, דאָרט ביי עשיו
,ווער ס'איז לעבן דאַן געבליבן בעת דער שוידערלעכער שחיטה
.האָט געזוכט אַ מקום־מקלט אין פּלשת־לאַנד, אין אשקלון

.אויף די הויכע ווענט פון אשקלון שטייען קריגערס פון מצרים
.דער כאַליף שיקט זיי אַ שטיצע דורכן ים מיט זיינע שיפן
און די ווילדע בייזע קריסטן זיינען ניט אימשטאַנד לעת־עתּה
.גובר זיין די ווענט פון אשקלון און די קריגערס פון מצרים
.און די יידן מעגן לעבן דאָרט באַנאַנד מיט מוסולמענער

,חיפה איז אַליין געבליבן אויפן ברעג פון ים־הגדול
.אָן אַ שטיצע פון מצרים. עיר ואם כולה ישראל
מ'האָט געשאַרפט אויף אירע גאַסן בירושותדיקע שווערדן
,צו באַשיצן אייער היימלאַנד, אייער ווירדע און חזקה
.און איר האָט געדאַוונט, ברידער, אויפן צפון, דאָרט ביי עשיו

.ס'איז פאַרביי אַ יאָר פון אומרו, אָבער חיפה איז געשטאַנען
,ס'האָבן קריסטן שוין געגרינדעט זיי אַ קעניגרייך אַ נייע
אויסדערוויילט פאַר זיך אַ קעניג זיצן אין ירושלים
,און צעטיילט שוין צווישן ריטערס ס'גאַנצע לאַנד פון בני־ישראל
.אויסער יענע שטעט און קרייזן, וואָס זיי האָבן ניט פאַרכאַפּט נאָך

.ס'האָט דעראָבערט זיך אַ חלק אויך טאַנקרעד דאַן דער טאַרענטער
.ער איז איצט דער פירשט פון גליל דער נאָרמאַן דער איטאַליענער
און ער האָט געבראַכט צו פירן זיינע ריטערס די רשעים
דעמלט צו די ווענט פון חיפה אויפן ברעג פון ים הגדול
.און מיט אים – דער אויבער־גלח דיאַמבערט דער פוקס פון פּיזע

דיאַמבערט דער אויבער־גלח אין דער קעניגרייך דער נייער
.האָט געוואָלט פאַרניכטן יידן, עוקר מן השורש זיין זיי
אָבער חיפה איז געשטאַנען – עיר ואם כולה ישראל
און אויף אירע ווענט און טורעמס – אירע תושבים בני ישראל
.צו באַשיצן אייער היימלאַנד, אייער ווירדע און חזקה

,ס'האָבן צאָרנדיק געפינקלט בירושותדיקע שווערדן
,ס'האָבן שטיל, נאָר שאַרף געזונגען פיילן, זוכנדיק א קרבן
.ס'זיינען שווער געפאַלן שטייער אויף די קעפּ פון ווילדע קריסטן
,און דער שטורעם פון די ריטערס איז געוואָרן אָפּגעשטויסן
.און עס איז געשטאַנען חיפה, עיר ואם כולה ישראל

.און עס האָט דאַן אָנגעהויבן די באַלאַגערונג פון חיפה
,קיין שום הילף און קיין שום שטיצע איז צו איר ניט אָנגעקומען
,נאָר דער ים האָט נאָך געהאָלפן די באַלאַגערטע גבורים
שפּייזנדיק מיט פיש די תושבים, ווייל די קריסטלעכע חיילות
.האָבן חיפה דאָך באַלאַגערט תחילת בלויז פון דער יבשה

.ס'איז דער ים געווען נאָך אָפן פאַר די דרייסטע בני־ישראל
און די כוואַליעס פון די שטורעמס פון די קריסטן די רשעים
.האָבן זיך צעקלאַפּט כסדר ביי די פעסטע ווענט פון חיפה
.פאַר באַלאַגערונג אַ טורעם האָט טאַנקרעד געמוזט אויסבויען
.און עס האָבן אויסגעבויט אים גיך די קריסטן מיט אַ בקיאות

אָבער ווען די ווילדע קריסטן האָבן צוגערוקט דעם טורעם
,צו די הויכע ווענט פון חיפה צו דעראָבערן די פעסטונג
האָט זיך דאַן צעפּראַלט דער טויער און די דרייסטע בני־ישראל
,האָבן אימפּעטיק באַפאַלן די באַלאַגערערס די ריטערס
.תל געמאַכט מיט שווערד און פייער פונעם דראָענדיקן טורעם

,ווייטער איז געשטאַנען חיפה, עיר ואם כולה ישראל
.לאַנגע טעג און לאַנגע וואָכן איז געשטאַנען מיט אַ גבורה
.און טאַקרעד האָט פיל פאַרלאָרן ריטערס זיינע אין די שלאַכטן
.שווער געווען איז די מלחמה, די באַלאַגערונג פון חיפה
.און ער האָט געוואָלט אַוועקגיין, ניט דעראָבערט כלל די פעסטונג

,דעמלט האָט דער אויבער־גלח דיאַמבערט אים בייז דערמוטיקט
?זאָגנדיק: "ביסטו אַ ריטער? ביסט אַ קעמפער פאַר די קריסטן
וועט מען זאָגן: "אַ מפּלה האָט טאַקרעד דער פירשט געליטן
ביי דער פעסטונג פון די יידן!" גיי און קעמף! געפין אַן עצה
"!איינצודרינגען אין דער פעסטונג דורכן ים אויף זעגלשיפן

ס'האָט טאַנקרעד זיך דאַן דערמוטיקט, זיך באַראַטן מיט די ריטערס
און צו הילף האָט ער גערופן דאָ ווענעציאַנער ים־לייט
און פאַרמאַכט מיט זעגלשיפן דעם אַרויסגאַנג פונעם האַפן
און אַזוי האָט ער באַלאַגערט חיפה שוין פון אַלע זייטן
.און געפאָדערט פון די יידן באַלד די שטאָט אים אָפּצוגעבן

נאָר די דרייסטע בני־ישראל האָבן ווידער אים געענטפערט
.בלויז מיט שווערדן און מיט פיילן און מיט גלויבן און מיט ווירדע
.ווייטער איז געשטאַנען חיפה, עיר ואם כולה ישראל
ס'איז פאַרברענט אַ שיף געוואָרן פון ווענעציאַנער ים־לייט
.אין דער שלאַכט אין חיפהער האַפן. תהומות יְכַסְיֻמוּ, ברידער

נאָך אַ חודש שווערע שלאַכטן האָבן זיך אַריינגעריסן
.אין דער שטאָט די ווילדע קריסטן און דעראָבערט זי מיט שווערדן
.און עס זיינען אומגעקומען קינד־און־קייט די חיפהער יידן
זיינען זיי געוואָרן קדושים. וויינט דאָך. איך גבורים נפלו
!אויף די שטיינער פונעם היימלאַנד, וואָס מוז זיין כולה ישראל

.דאָרטן, ביי דעם הויכן כרמל איז ניטאָ מער קיין חזקה
,אָן אַ נעשה פאַרן נשמע וועט דאָס רעכט צוריק ניט קומען
.ווייל די פעסטונג איז געפאַלן און איר דאַוונט מיט כוונה
,וועט איר זוכן נאָך אין סידור בירושותדיקע שווערדן
.זאַמלען שטיינער מיט אַ בענקשאַפט, זיך דערמאָנענדיק אין חיפה

כפר־אלדד, תשס''ג




די ניינטע מכּה

וועלוול טשערנין

xoishex mitzraim


די ניינטע מכה

.אַזאַ מין ווינטער איז נאָך ניט געווען
.און ער איז ענלעך דאָ און דאָרט ווי טראָפּנס רעגן
,דער נעפּל ווערט צעטריבן ווען־ניט־ווען
.נאָר וואָס וועט זיין? – ניטאָ ביי וועמען פרעגן

.ס'איז פינצטער און ס'וועט פיצטערער נאָך זיין
.דאָ – פאַר אַן אויפגאנג, דאָרטן – בעת אַ שקיעה
,עס בענקט זיך פּיינפול נאָך אַ ביסל שיין
.נאָר פינגער ציִען זיך צו רייסן קריעה

מעלה־החמישה תשס''ה

uzor1


אַן אוקראַינישער מאָטיוו

איבער שטיינערנע בערג
,און געמיטלעכע טאָלן
איבער גרויע שאָסייען
און הייליקע שטעט
הענגט אַ ריזיקער מעסער
,דעם ערדקויל צו גאָלן
און עס וואַכט איבער אַלצדינג
.אַן איך, אַן עסטעט

אַלץ איז נאַס שוין געמאַכט
.מיט אַ בלוטיקן רעגן
אָנצוזייפן דאָס אַלץ
.וועט ניט דויערן לאַנג
ווען דער שוימיקער ים
,וועט אַרויסגיין פון ברעגן
,וועט דעם איך, דעם עסטעט
.טאָן אַ ביסעלע באַנג
מעלה־החמישה תשס''ה

CHAGALL The Flying Carriage



צו דער טאָג־אָרדענונג

?וויפל בערן זיינען געבליבן
?וויפל זיינען געבליבן וועלף
.פּעסימיסטן זאָגן, אַז זיבן
.אָפּטימיסטן טענהן, אַז צוועלף

– איז עס באַזונדערס אָדער צוזאַמען
.דאָס איז אַ קשיא אַליין פאַר זיך
,און מע קען מיט דער תשובה פאַרזאַמען
.אויב מע קראַצט אין געדענקשאַפט דעם פּליך

.טעג פון דער וואָך זיינען אַלץ זיבן
.שבטים זיינען געוועזן צוועלף
?נאָר וויפל בערן זיינען געבליבן
?וויפל זיינען געבליבן וועלף

מאָסקווע תשס''ה

Chernin and Karloff

ערב פּסח

באַלד
.וועט עפּעס זיין דאָ מיט אַ גוואַלד
איצט
.שוין זע איך, ווי דער הימל בליצט
קרום
.ווערט אַלצדינג אומדערוואַרט אַרום
הויך
.דערהייבט זיך צו דער זון דער רויך
הענט
.דערשפּירן, ווי דער ספר ברענט
ווייט
.פליט נאָך אַ זייט און נאָך אַ זייט
!הער
.עס קריכט די אייביקייט אַהער
באַלד
.וועסטו דערקענען איר געשטאַלט

מאָסקווע תשס''ה

gefen

אינעם טאַטנס וויינגאָרטן

.און תל־אָביב איז אויך אַן עיר־ואם
(!מע טאָר ניט אויפהייבן געפעלשט אַ ברעם)
.זי איז באַפעלקערט איבערהויפּט מיט יידן
,מע קען זיך פילן רואיק אין איר שויס
און צווישן דערנער איז אויך זי אַ רויז
.און טוט דערפרייען אַ בן־ברית אַ מידן

זי שטייט באַגייסטערט אויפן סאַמע שוועל
,און ווי אַ זויגקינד טוט אַ קוויטש אַ קוועל
.און זי טוט וואַקסן, בלייבנדיק אַ קליינע
,יאָ, תל־אָביב איז אויך אַן עיר־ואם
,און די צעשיידונג טוט ביים האַרץ אַ קלעם
.ווייל אויך פאַר מיר ביי איר איז דאָ אַ תאנה

תל־אָביב תשס''ה


РОСА


ימות הטל תשס''ה

ווי וואָלט געוועזן ווויל ווען ס'וואָלטן דאָ אַהער אריבער ים אין בלויען נס־געשווימל
געקענט אַנטלויפן פון די גויים אַלע ייִדישע מקומות מיטן ייִדישן געווימל


אורי צבי גרינבערג

את ימות המשיח כל־כך רצופים
אצטרך לערבב בזהירות כמו קלפים
ומבט להעיף על גגות רעפים
.שפּזורים כמו פּרכים של אַל־מוות
התברר שקצרה השׁיבה למרכז
וקצר המרחק בין עכשיו לבין אז
.וקוצרים ברינה והזרע עוד עז
.שטעטלעך האָבן אַהער זיך געיאַוועט

קדומים תשס''ה

YUNGVILNE


אַ ווילנער חשבון־נפש

אַ פּרואוו צו ווערן לייטיש אויף אַ צייט
.פאַרפירט בגנבה יעדן זייער ווייט
,ס'איז שווער צו בלייבן ערגעץ אין אַ זייט
.אויב ס'איז די לייטישקייט אַ ביסל אויסגעגוואַלדיקט
אויך אין אַ טעמפּן ווינקל פונעם זיין
קען מען זיך פילן טאַקע זייער פיין
און ניט צו קריכן אין קיין קאַמף אריין
.און רעאַגירן גוט באַטראַכט, נאָר באַלדיק

דער גלגל פון די שיט באַשמירטע טעג
,פירט אומפאַרמיידלעך צו אַ שיטן דרעק
וואָס האָט ניט קיין שום גרונט און קיין שום ברעג
.און צווינגט צו שווימען אין אַן אייביק שטינקען
,דאָס איז דער גורל פונעם לעצטן דור
וואָס איז מקיים מעשיות אויף דער וואָר
און האָט אַ צוועק צו לעבן נאָך אַ יאָר
.און קיין מאָל ניט חלילה ניט דערטרינקען

ווילנע תשס''ה

a lialke forshtelung in geto



***

עס גייט ניט און עס וועט ניט גיין
כל־זמן אַן אויסגעקרימטע שורה
וועט אומגעלומפּערט, אָן אַ צורה
.אין גאָרגל שטאַרצן ווי אַ ביין

די גרויע שיין פון פרעמדע טעג
וועט ווערן אייגן און געמיטלעך
,ווי שוואָמען מיט צעקייטשטע היטלעך
.ווי קינדער מיט תלינים־העק

,אַ גראָבער יונג דערזינגט זיין ליד
,זיין פּריקרע־זיסלעכע נגינה
.זיין סערענאַדע פול מיט סלינע
.יאָ, אויפן בוידעם אַ יריד

מאָסקווע תשס''ה



eretz yisroel



אַ קער

Вот –
новый поворот...
«Машина времени»

,און אַ מאָל, ווי באַוואוסט
איז דוד המלך עולה געווען
,פון חברון קיין יבוס
פונעם דרום צום צפון
און דערביי איז ער זיכער
.פאַרביי ערגעץ דאָ מיט זיין חיל
כ'בין געפאָרן אַליין איבער זייערע שפּורן
מיט ניט־דאָיקע לידער
.פון דער רעשיקער צייטן־מאַשין
אויפן קרייצוועג, ניט ווייט פון בית־לחם
ביים פאַרקערעווען לאַנגזאַם אויף לינקס
האָב איך פריינדלעך דערהויבן אַ דלאָניע
מיט אַ גרוס צו אַ בלויען פּאָליציִאַנט
.מיט אַ פּאַנצער אַ שוואַרצן
און ער האָט מיר געוויזן דעם וועג
.צו גליתעס געקעפּיקטן קערפּער

כפר־אלדד תשס''ה

yiesh


אַ מין יאוש

,צו פאַרגעסן דאָס היימלאַנד, די יוגנט, דעם טרוים
,אָנצוזשליאָקען זיך גוייִש און ווערן אַ לוט
,מיט אַ פּעקל קאָנדאָמען אַרויסגיין אין גאַס
,אויסצוקיילבן אַ קורווע און מאַכן אַ טרען
זיצן ביז אין דער פרי אין אַ זינדיקן באַר
און צעוואַרפן די גרינע דאָלאַרן און הילצערנע רובל
,כל־זמן ס'איז נאָך דאָ
.ביז צו ווערן אַ יורד

אין אַ שיכּורער גאווה באַווייזן די גויים דעם בלויאינקן פּאַס
,פון מיין ווייטער מדינה
,כל זמן ס'איז נאָך דאָ, ביז צו ווערן אַ יורד
צו דערזען אַ פּאָר שטראַלן
פונעם גרויליקן, שרעקלעכן אויפגאַנג
,און צו זאָגן מיט ווייטיק: "איך בין פאָרט אַ ייד
".ווייל איך האַלט ערגעץ טיף אַ בטחון

מאָסקווע בין־המצרים תשס''ה

AFCELOXES