Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום חמישי, אפריל 10, 2014




***


***
                                                    "...דער וועג אויפן זוניקן ברעג"
                                                          יוסף פּאַפּיערניקאָוו
זיך דערוויסן סתם וועגן
אַ מין ים אָן שום ברעגן
און זיך לאָזן אין וועג,
וווּ דער וועג איז דער ציל.
ערגעץ וואַנדערן זשוואַווע
מיט אַ גלעזעלע קאַווע,
ערגעץ ווײַט, וווּ מע מעג
זײַן אַזאַ, ווי מע וויל.

ערגעץ גריבלען און גראָבן,
עפּעס היטן און האָבן
אויפן זוניקן ברעג
לוסטיק טאָן אַ שפּאַציר.
ס'איז אוודאי טשיקאַווע
כאַפּן ערגעץ אַ פּאַווע,
אָבער ס'איז ניט קיין צוועק.
יעדנפאַלס ניט פאַר מיר.

פלײַסיק פאַלן און פליִען,
בולט לעבן און בליִען,
פליסיק שטראָמען צו תהום
אָן אַ דנאָ, אָן אַ גרונט.
אויפן סמך פון אַ כתובה
טאָן אַן ביטערע תשובה,
שווימען פויל מיטן שטראָם,
ווי אַ פּגר פון הונט.

שוין! קיין בײַסן, קיין בילן
אין דעם אומזײַן דעם קילן
איז ניטאָ. ס'איז פאַראַן
בלויז אַן אות צי אַ וואָרט.
אין דעם ים פונעם שווײַגן
וועט מען קיינמאָל ניט לײַגן.
ס'איז קיין איצט און קיין דאַן.
ס'איז קיין דאָ און קיין דאָרט.

ירושלים תשע''ד


יום שבת, אפריל 05, 2014



Velvl Chernin sings his Yiddish rendition of the Ukrainian folk-song by Mikhailo Petrenko "Дивлюсь я на небо тай думку гадаю" in his own Yiddish translation.

Дивлюсь я на небо тай думку гадаю: 
Чому ж я не сокил, чому ж не летаю. 
Чому ж мене, Боже, ты крылы не дав? 
Я б зимлю покинув тай в небо взлетав.