Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום חמישי, פברואר 21, 2013






***


ריזיק דערהייבט זיך דער פּאָרט
מיט קראַנען, מיט סקלאַדן, מיט שיפן.
ענג ביי דעם ים ווערט דער חושך
צעטריבן אַ ביסל און פאָרט
ווערן דערטרוקנקען די שטערן,
וואָס לויערן איבער די ריפן.
שיינען – אַרום און אַרום,
און גיי ווייס דאָך, וואָס טוט שיינען דאָרט.
-           עפּעס, וואָס האלט ביי א סוף
אָדער עפּעס, וואָס טוט אייביק שטיפן?
-           עפּעס, וואָס שטומט אָן א סוף
אָדער עפּעס, וואָס זוכט נאָך זיין וואָרט?

אילת תשע''ג


אַנעמאָנען


אַנעמאָנען דערמאָנען בלומען פון מאָן
ניט מיט רויטקייט פון זייערע בלומבלעטער,
נאָר מיט שלעפערישקייט פון אַ בילדלעכן האָן,
וועלכער שטומט אין אַ שטימלאָזן עטער.

אַנעמאָנען, וואָס מאָנען אַ לעבן פון שטיין
און באַשפּריצן די גרויקייט פון וויסטעניש
מיט באַנייונג פון בלוט אויף א טויטן געביין,
וועלכער ווערט אויפגעלעבט אַזוי קינסטלעריש.

אויף די טרוקענע ביינער פאַלט געטלעכער טוי,
זיי באַשפּריצט מיט די בלומען סם־חיימדיק
און עס ווערט אויסגעמישט בלוטיק־רויט מיטן גרוי
און צעגיסט זיך אין אָדערן וויינענדיק.

כפר-אלדד תשס''ג


מגילותדיק


אַ ים מיט אומפאַרשטענדלעכע פּלאַקאַטן,
וואָס זעען אויס ווי שמוציק־ווייסע זעגלען
אין דלאָניעס פון אַן אָפּגאָט פון אַ זאַטן
בעת ער באַשליסט פאַרזאַלצן זיי צי פּרעגלען.

עס שיפּעט ווי אַ שלאַנג א גאַס־לאמטערן.
עס שטאַרצן אומגעלומפּערט שוואַרצע סלופּעס.
די פּרטים איז כדאי בכלל פאַרווערן
צונויפקלייבן אין פאָרמלאָז־גרויע קופּעס.

דער אָפּגאָט בלייבן זאט וועט ניט אויף תמיד.
ער מוז געטריי באַדינען דאָך זיין מאָגן.
און דער, וואָס וויל נאָך דאַווענען ביים עמוד,
וועט מוזן וויסן, וואָס דעם אָפּגאָט זאָגן.

עס זוכט דער אָפּגאָט אין זיין באָרד דער געלער
שיריים פעטע פון משיחס סעודות,
ווייל אויך משיח קאָן מאַכן אַ פעלער
און ניט פאַרשטיין, וואו שופרות און וואו דודעס.

און אפשר זיינען די פּלאַקאַטן לוחות,
געשריבענע מיט אוראַלטע סימנים,
וואָס שיקן אָפּגעטער צו אַלדי רוחות
בכיוון, אויף צו להכעיס אַלע שונאים?

איך וועל באַדאַרפן אויסנוצן אַ לופּע
אויף צו דערזען, וואָס שרייען די פּלאַקאַטן.
און אויפהענגען דעם אָפּגאָט אויף אַ סלופּע,
ווי המן, וועט אוודאי ניט פאַרשאַטן.

אָדר ירושלים תשע''ג