Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום שישי, יוני 06, 2008






מיין געבעט


ווי גרויס איז גאׇט!
ווי רייך איז זיין וועלט,
דער דימענט מיט אׇנצאׇליקע ראַנדן.
פון מיין ערשטן טאׇג אׇן
לויט גאׇטס געבאׇט
האַלט איך
אין איין באַגרייפן זיין וועלט,
דעם קאַליידאׇסקאׇפּ מיט אׇנצאׇליקע בילדער,
וואׇס ער האׇט מיר געשאׇנקען.

גאׇט איז אַ טאַטע.
ער איז געדולדיק צו מיר.
ער גיט מיר איבער זיין וועלט ביסלעכווייז.
עס גלאַנצן די ראַנדן.
עס בלענדט דאׇס גלאַנצן.
איך באַמערק נאׇר פראַגמענטן:
אַ נאַכטיגאַל, אַ קראׇ,
אַ ווינטל, אַ וואׇלקן,
אַ וויסטעניש, אַ וואַלד,
אַ טאׇג און אַ נאַכט
טאׇג און נאַכט
ביים זיצן אין דר'היים,
ביים שפּאַנען אויף וועגן,
ביים לייגן זיך שלאׇפן,
ביים אויפשטיין.

און איך ווער אַנציקט
און איך זאׇג:
הער, ישראל,
גאׇט איז דער טאַטע.
גאׇט איז אַליין.
זיין געבאׇט – מיין געבעט.


ווערבעלין תשס''ח



ל''ג בעומר

דערבאַרעמדיקער טרוימער,
אַ געטרייער נסים־שומר
קוקט אויף פייער אויף ל''ג בעומר
אין אַ ברייטער מענטשן־ראׇד.
ס'לויפט די ראׇד, עס טאַנצט דאׇס פייער.
ס'קוקט דער טרוימער דער געטרייער.
ס'איז די ראׇד אים ליב און טייער.
ס'פאׇלגט זיין טרוים זי טראׇט נאׇך טראׇט.

מיט דערבאַרעמדיקע נסים
טרייסט ער קיינמאׇל ניט סריסים.
אויפן האַרצן איז העל־זיס אים,
און סריסים איז אַלצאיינס.
זיי באַמערקן ניט קיין צויבער,
פלעכטן קרענצלעלעך פון לויבער
פאַר אַן אויבער־סריס, אויבער־
טויבער צו אַ ליד אַ שיינס.

און די מענטשן־ראׇד די ברייטע
טרעט אויף וועגן צוגעגרייטע,
לויפט אַ גלגליק פאַרדרייטע
דורך אַ טרוים דערבאַרעמט ווילד.
און דעם לויבער פרעסט דער שייטער,
און די מענטשן־ראׇד לויפט ווייטער.
נסים היט דער שומר. בייט ער
נאׇר די אויפשריפט אויף דער שילד.


ירושלים – מעלה־החמישה תשס''ח



יום ראשון, דצמבר 02, 2007

PER ASPERA AD ASTRA






רוסלאַנד.

גרויסע אומגעמיטלעכע שטעט,

מאכלים טאָג־טעגלעכע, וואָס זיינען צו פעט,

און שיכורע אָוונטן גרויע.

זיס און דאָקוטשליווע ביז צו דער גאַל,

ברכות געפעלשטע, מיט קללות אַ שלל.

נראה און פאָרט אינו־רואה.


רוסלאַנד.

זשוואַווע, צוגעוואוינטע שוין קנעכט,

דיבורים געלאַסענע פון ערע און רעכט

און שטילע באַגייסטערטע ריזן.

ביכער אויף עקספּאָרט און חרם אויף זיי,

מאָדלעניש פרעמדע אין יעדן מוזיי

און בייזע בליקן ווי שפּיזן.


רוסלאַנד,

ביסט מיין היימיש־טורמישע גרוב,

אַ מין דאָמאָווינע, וואָס וויל ווערן אַ שטוב

און קאָן ניט, פאַרשטייט זיך דאָך, ווערן.

די ריזיקע ברייטקייט, די ריזיקע שרעק,

דער לענגלעכער, טעמפּיקער וועג אָן אַ וועג

צו בלוטיקע גויאישע שטערן.

כפר-אלדד תשס''ח


יום חמישי, ינואר 25, 2007

נייע לידער, ישראל תשס"ז






ערב פרילינג

איך געדענק ניט די היינטיקע יידישע דאַטע,
נאָר איך זע, אַז דער הימל איז בלוילעך
און באַגילדן באַשיידן מיט שטראַלן,
און עס זיינען מבשר אַ דרימל
באָקסערביימער. דער ווינטער איז דופטיק.
וואו־ניט־איז איז צו זען,
ווי עס געלן זיך בליענדיק בלומען
אינעם יונגן און שיטערן גראָז.
ס'איז ניט שפּעט נאָך צו דאַווענען מנחה,
נאָר מע מוז זיך צואיילן, אַניט
וועט די בשורה פון דרימל־הכנעה
איבערצייגן, אַז אַלץ איז כשורה
און די תפילה איז איבעריק שוין.

איך שטיי אויף מיטן פּנים צום מזרח.
הינטער מיר איז דער הימל פון גאָלד
און פאַר מיר – קיין שום רמז אויף בלי.
מאַנדלביימער שוואַרץ־גרויע און דאַרע
וואַרטן נאָך מיט געדולד אויף דער שעה.
איך דערפיל, אדרבא, אַז מאָרגן
דאַרף מען זאָגן אין שחרית דעם מוסף
לראש חודש. ס'איז אמת ויציב.
ערב שבט.

דרך בורמה, תשס''ז



כל הנסתרות והנגלות אתה יודע

«…перерезать волосок уж наверно может лишь тот, кто подвесил»

מיכאַיל בולגאַקאַוו

האָבן מיר אַ וואָרט געגעבן
מענטשן זיין דאָס גאַנצע לעבן,
נאָר
אונדזער פאַך איז שנאָר.
אַלץ לשם אַ צוועק אַ הויכן,
ניט געגנבעט, ניט געברויכן.
גאָר
אַלץ איז אין מינאָר.

שווער
איז ערשטער קער.
ווייטער – מער און מער
וואַקסט דער פאַך־באַגער.
ווער וועט בלייבן ווער –
רב צי אפשר הער –
איז כמעט אַ סוד,
אַ געהיימער קאָד.
טאַקע ס'איז אַ שאָד.

אָבער, מילא, האָט קיין מורא.
אַלע סודות ווייסט דער בורא.
ער
ווייסט דאָך ווער איז ווער,
און ער האַלט דעם שער.
אַכטונג אויפן קער!

מעלה החמישה, תשס''ז



אָביעקטיווע סוביעקטיווקייט

מיר ווילן ראַטעווען די וועלט,
און דאָס איז אונדזער צוועק.
עס פעלט פאַר דעם אַ ביסל געלט,
איז רעדט מען אָן אַן עק.

מיר ווילן ראַטעווען די וועלט.
מיר זיינען אַ סוביעקט.
דאָס געלט איז נייטיק און עס פעלט,
און עס איז אַן אָביעקט.

דער פילאָסאָפישער קוריאָז
דערמעגלעכט אַ פאַרקער
דורך אַ געפּאַנצערט שכל־גלאָז.
דער עיקר – דער באַגער.

מיר זיינען אָביעקטיוו אָן געלט,
נאָר דאָס איז סוביעקטיוו.
מיר ווילן ראַטעווען די וועלט,
און איך וויל גוש־קטיף.

מעלה החמישה, תשס''ז



אַ דעה

און זיכער צווינגען וועט דער גלות
זיך אָנצוטרעטן אויף מאָזאָליעס
און דרשנען מיט טויטע קללות.

בעת דו וועסט אין אַ כאַלאַבודע
פאַרענדיקן דיין פּורים־סעודה,
וועט מען דיך פרעגן: "ביסט איין יוּדע?"

ס'קען זיין, אפילו אָן קיין שינאה,
אָן קיין געהיימער אויפרייס־מינע.
נאָר וואָס איז פאָרט די נפקא־מינה?

דעריבער בין איך זיך משאר,
ס'איז ניט כדאי צו זיין אַ פרייער.
די סעודה וועט דיר קאָסטן טייער.

מעלה החמישה, תשס''ז



מאת ה' הייתה זאת?

איז, ניחא, אבן מאסו הבונים.
ער איז געוואָרן אַ ראש פּינה.
עס זיינען גרייט צו צאָלן קונים
צי ניט. וואָס איז די נפקא־מינה?

די תורה איז די בעסטע סכורה.
לית מאן דפּליג. איז, נגילה!
און אדרבא האָב איך מורא:
די שמחה איז אַ פרעמדע תפילה.

מיר פּראַזדנעווען אַ שיבת־ציון
ווייל איצט ימלא שוין שחוק פּינו
און זעען ניט: די בונים מיען.
אַן אבן תהיה לראש פּינה.

מעלה החמישה, תשס''ז



אַן אַלטע מעשה

"דריי קיין מזרח, דריי קיין מערב..."

איציק מאַנגער

"אָ, פייגל מיינע שיינע, וואו זענט איר ערגעץ ווייט פאַרפלויגן?"

אורי צבי גרינבערג

דריי פייגל זיינען געפלויגן ווייט.
דאָס האָט גענומען אַ שטיקל צייט.
אַזוי איז פאַרפירט פון קדמונים אָן.
דער וועג נעמט אַ צייט. ניטאָ וואָס צו טאָן.
זיי זיינען געפלויגן איבער אַ ברייט פעלד.
ס'איז קלאָר, אַז די תבואה די פייגל געפעלט.
זיי זיינען געפלויגן איבער אַ גרויסן וואַלד,
האָבן דערזען אַ שפּאַרבער און געשריגן "גוואַלד!".
זיי זיינען געפלויגן איבער אַ טיפן טייך.
ביים ברעג איז דער מוקן־פאַנג געווען זייער רייך.
סוף־כל־סוף זיינען זיי דערפלויגן צו זייער ציל.
יעדער פויגל – באַזונדער, ווייל צילן זיינען דאָ פיל.

איך בין געשטאַנען ביים אָנהייב פון זייער וועג,
און כ'האָב אויף דער סביבה געקוקט מיט אַ שרעק.
ס'איז גאַרנישט געבליבן. אַלץ אַרום איז פּוסט.
דער סוף פון דער מעשה איז פאַר פריער באַוואוסט.
איך האָב באַשלאָסן אַ פויגל צו ווערן.
דאָ וועל איך פליען, נאָר טוט מיר ניט שטערן.

מעלה החמישה, תשס''ז



נאָך פּושקינען

דער דאָרשט דער גייסטיקער האָט מיך
אין מדבר גרינג אַרויסגעטריבן,
און ס'האָט אַ שרף פייער־גיך
מיך פון דער ערד אונטערגעקליבן.
מיט פינגער גרינגע ווי אַ טרוים
האָט ער אַנטפּלעקט פאַר מיר דעם רוים,
איך זאָל דערזען, איך זאָל דערהערן,
איך זאָל באַגרייפן זיך אַליין,
די וועלט, וואָס איז סיי גרויס סיי קליין
און האַלט כסדר אין איין ווערן.

ער האָט געגעבן מיר די שפּראַך,
כ'זאָל קאָנען ריידן מיט די טויטע,
ווייל אַלע שפּראַכן זיינען שוואַך
צום מחכים זיין דעם היינט דעם שוטה.
איך בין געוואָרן קלוג און שטום,
און כ'האָב פאַרלאָרן אַן אַרום,
און איך וועל גיין דורך זיך צו שטערן
נאָך פערציק יאָר, נאָך פערציק יאָר,
און ווערן, ווערן, ווערן, ווערן
מדור לדור, פון דור צו דור.

מעלה החמישה, תשס''ז



ודור בא

מיר וועלן קומען
פלאַנצן אין מדבריות בלומען,
ברעכן דעם רעמי דעם שטומען
און גליקלעך זיין.
די צייט וועט פליען,
די מדבריות וועלן בליען
און נצחונות וועלן בריען
מיט שיין און פּיין.

איז גייט מען ווייטער
מיט אַ שטרעבונג אַ פאַרשייטער.
יעדער איינער איז אַ פייטער
און אַ בת־קול.
דאָס רעדל דרייט זיך,
און דער וועלט־קומער דערפרייט זיך.
עפּעס נייס און גליקלעכס גרייט זיך
זיין נאָך אַ מאָל.

מעלה החמישה, תשס''ז




יום שלישי, יולי 11, 2006

אליבא דידי




פונעם בוך

אליבא דידי

1
ועל־סביבותיו שב הרוח

דער ווינט טוט בגנבה אַן אומקער אַ דריי.
ער ברענגט פון דער ווייטן אַ רוף אַ געשריי.
ער רייסט זיך אַריין אָן אַ קלונג, אָן אַ ריי.
ער איז אומעטום ווי די שכינה.
ער מאַכט מיך פאַרשקלאַפט, כאָטש איך בלייב אויף דער פריי.
צי וויל איך, צי ניין. – ס'אַרט אים ניט. – גיי און שריי.
יאָ, ער איז אַ מתמיד, זיין שליחות געטריי.
מיין שרייען וועט זיין גאָר בחינם.

איך ווער צוגעגרייט. כ'בין לעת־עתה נאָך רוי.
מיין וועזן – צו קליין און מיין דענקען – צו גרוי.
כ'האָב ליב אָט דאָס לעבן, דעם היינט און די פרוי.
זאָל זיין, אז איך לעב אין אַ חלום.
כ'וויל כלל ניט פאַרלירן דאָס אַלץ אין דער פרי.
דער ווינט זאָל זיך דרייען אין וואַלס:
one, two, three...
ער קערט זיך צום מדבר און מיר לאָזט זיין ברי.
און נעמען אַ רוח שוין זאָל אים!

ירושלים–בר־אילן, תשס''ג



2
קבר־יוסף

ווי אַ הונט, וואָס ער קוקט פון דער ווייטן
אויף זיין חרוב־געמאַכטן הויף,
און ער דרייט זיך אַרום און אַרום
און דערוואַגט ניט לעת־עתה אַריין,
אָט אזוי, אַ צעשלאָגטער,
שטיי איך בייז אויפן שפּיץ פונעם באַרג
און איך קוק פון דעם אויבן אַרונטער
און איך לעק זיך אַרום.
און די וווּנדן זיי טוען נאָך וויי,
און איך קאָן ניט אַוועקגיין.

און עס הייכט זיך דער הייליקער באַרג,
אַ פאַרשראַמטער פון אַלטע וויכוחים,
מיט חורבות פון אוראַלטע תיפלות
און בעטאָנענע איצטיקע שוץ־ווענט.
איך באַהאַלט זיך דערווייל אינעם שאָטן,
נאָר איך שאַרף ערב שלאַכט מיינע ציין.
מיין געדולדיקן גרימצאָרן היט איך
– ווי אַ הונט.

קרית־לוזה – כפר־אלדד, תשס''ג



3
אין דער נעץ

וואוינען וואוין אין אין תל־אביב
און לעבן לעב איך אין אינטערנעט,
און דורך די דראָטן לויפט מיין האַרץ
אַהין און צוריק, אַהין און צוריק.
איך שווענק זיך אין דעם ווירטואַלן גליק.
און אַלץ איז צעטיילט אויף ווייס און שוואַרץ.
טעג און נעכט, לענדער און שטעט,
אַ דערהויבענער שפּיץ, אָן אַ דנאָ אַ ריוו.

וואוינען וואוין איך דאָרט, וואו ס'איז מיין גוף.
און לעבן לעב איך דאָרט, ווואו איך בין איך.
די מאָדנע צעצווייטקייט טוט אַלעמען וויי.
איך זע דעם אַרום אַרום און אַרום,
נאָר דורכזיכטיק איז ער פאַר מיר און קרום.
איך שטיי אויף איין אָרט געפאַנגען מיט קליי
און פאָרט טו איך לויפן צו דיר, צו זיך
צו טרוימען פון האָניק ביים פרעסן לוף*.

וואוינען וואוין איך דערווייל, כל־זמן,
און לעבן לעב איך אייביק ווי גאָט.
דאָ בין איך געפאַנגען און פאָרט בין איך פריי
פון אויג אויף אויג רעדן טעט־אַ־טעט,
אומזיניק שוועבן אין אינטערנעט,
ווערן אַ דיבוק פון קאָמפּיוטעריי,
לופט־מענטשלעך שפּרינגען אין היים־פרעמדער שטאָט
און שרייען: עיקר שכחתי: עד כאן!

רמת־אביב, תשס''ב

____________________________________________________

* פלייש־קאָנסערוון אין צה''ל




4
מיין וועלט

"...פון שטראַלנדיקן וויגעלע,
וואו ס'שלאָפט די פּראַכט אַליין."
לייב ניידוס

ווי אַ בלאָנדזשענדיקער שטערן,
האָב איך מורא נעלם ווערן
אָדער עפּעס דאָ צעשטערן
אין דער ליבער צויבער־וועלט.
כ'האָב דערווייל נאָך ניט פאַרשטאַנען
דאָס געזאַנג פון אָקעאַנען
און דעם פלי פון ווייסע שוואַנען,
און דעם רוים, וואָס וויינט און קוועלט.

אֵין־סוף־דופטיק, היימיש־וואַרעם
אין אַ רואיקן אַליאַרעם,
ווי אַן אֶרֶץ פון כוּזַרים,
זאַפּט מיך איין די צויבער־וועלט.
כ'בין אין איר אַריינגעפאַלן
אומדערוואַרט, הגם אַ בעלן
בין איך טויערן צעפּראַלן
אומגעצוימט און אומגעשוועלט.

מיט דעם ערדישן גן־עדן
וועל איך מער זיך ניט צעשיידן.
סיי אין ליידן סיי אין פריידן
וועט ער תמיד זיין מיט מיר.
ניט געפונען, ניט פאַרלאָרן,
גלאַט בין איך געוואויר געוואָרן,
אָן אַ קאַמף און אָן קיין צאָרן,
אַז ס'איז אָפן שוין די טיר.

ירושלים, תשס''ג




5
אהבת־חינם

כ'האָב זיך פּשוט דערשראָקן
פון אָט דער אוממעגלעכער ליבע.
זי איז טאַקע אוממעגלעך
געווען אויף אַן ערנסטן דעפאַרענעם קוק.
ממש שוואַרצמאַנס ראָמאַנטיק
און דערצו – מיט אַ טרער ווי ביי פרוג
און דערביי מיט אַ לעבנס־קראַפט
בונט ווי ביי טביה'ן, אָן שטיק, אָן אַ סיבה.

כ'האָב זיך פּשוט דערשראָקן
און פאָרט
כ'בין געגאַנגען נאָך איר ווי אַ קאַלב,
וואָס ער גייט און ער ווייסט ניט
צו וואָס
– זויגן מילך צי אויף שחיטה.
אויסצומיידן די תמימות
העלפט צו
אַ געפּרוּווטע שוין שיטה.
נאָר זי אַרבעט ניט דאָ,
וווּ מע האָט ניט ליב
קאַרג, אויף אַ האַלב.

כ'האָב זיך פּשוט דערשראָקן,
אַז דעם נס וועלן ווינטן צעווייען
און זיי וועלן צעטראָגן
פראַגמענטן פון מיין
צערטלעך־ציטערדיק גליק.
און אַז איך וועל ניט קאָנען
געפינען אַ וועג אויף צוריק.
און כ'וועל אויסגיין אומזיסט,
מיט קעלבישע הימלגעשרייען.


כ'האָב זיך פּשוט דערשראָקן.
און דערפאַר בין איך מוטיק און שטאַרק.
און איך שפּאַן ווי אַ קאַלב
פריילעך איבער דעם פּיין־וועג דעם גרינעם.
און איך גלייב, אַז ס'וועט זיגן דאָך
אַלצדינג די ליבע בחינם,
ווי די כעלעמער שטופּנדיק
פריילעך און מונטער דעם באַרג.

תל־אביב, תשס''ב



6
נאָך יהודה לייב גאָרדאָן

למי אני עמל? – איך האָרעווע דען?
אָט פלעגט מען אַ מאָל טאַקע נעמען אַ סטען
און גיין אויף אַ קומזיץ און שאַפן אַ ליד,
זאָל זיין פריי און פריילעך אַ פּשוטער ייד.

און איצטער? – און איצטער איז אַלצדינג פאַרקערט.
אַ זינגער האָט כלל פון קיין סטען ניט געהערט.
ער קומט אין קאַוויאַרניע אויף שיינקין און זיצט,
ווייל דאָרט איז די מוזע די יידישע איצט.

צי אפשר אין גלות, לעבר־הים?
– איך בין ניט קיין יורד. איך מאַך זיך דאָך סתם.
כ'וועל בלייבן אין ארץ־ישׂראל אַליין
צו זינגען מיין ליד, וואָס איז פול מיט געוויין.

אָ, טאָלן און בערג פון מיין פרום־הייליק לאַנד!
איך בין אייער זינגער! איך קלאַפּ קאָפּ אין וואַנט
און וויין ביי דער וואַנט. ס'איז נאַטירלעך. ס'טוט וויי.
נאָר ווער וועט דערהערן מיין הימלגעשריי?

תל־אביב, תשס''ב


C HOBbIM

7
אינפאָרמאַציע צום באַזוך אין מאָסקווע

דער כרך שלאָפט אומרואיק, רויכיק, פעט.
ער בענקט נאָך קיינעם און קיינעם זעט.
עס פלאַטערט פאָניק זיין שמוציק גרעט.
ער קען ניט אייגנטלעך שלאָפן.

דער כרך, וואָס האָט ניט קיין צוועק, קיין וועג,
פאַרפּלאָנטערט וועגן און וואַרפט אַוועק.
ער האַלט כסדר ביים סאַמע עק.
ער איז פאַרשלאָסן און אָפן.

זיין בלאָטע־פיבער באַפאַלט און בריט,
און מאַכט אַ תלוש, כמעט אויס ייד.
ס'איז גרינג צו ווערן דאָ בייז און מיד,
אויב ווערן דאָ אַ בן־בית.

דאָ מוז מען שטיין גאָר פעסט אויף די פיס
און זיך באַטראַכטן ווי אַ מין ריז,
און ניט פאַרגעסן בלויז, אַז עס איז
פאַראַן אַ ברונעם פון חַיוּת.

מאָסקווע, תשס''ד



8
אין תהומען פונעם מבול

וואַנזיניקע, אומזיניקע,
עסטעטיש אָפּגעטריניקע
מיר אַלע זיינען ציניקער
און קאָנען ניט נישט זיין.
פילשפּראַכיקע, שפּראַכלאָזיקע,
מיר בלאָנדזשען דורך די דאָזיקע
מדבריות פרעמד־גרין־גראָזיקע
מיט אונדזער שוואַכער שיין.

מיר זוכן וואָרצלען מעכטיקע
אין ערטער אין פאַרדעכטיקע,
וואָס עטעמען מיט פּרעכטיקע
לעגענדעס און מיט שטויב.
און אומעטום געפינען מיר
די גזר־דיניש צעפּראַלטע טיר,
און יעדער מאָל טוט אַ פאַרפיר
די אַלטע ווייסע טויב.

אין גערנטער אין פאַרשלאָסענע,
אויף טרערן אויף פאַרגאָסענע
טוט וואַקסן דער פאַרדראָסענער
דער זוכנדיקער שטאַם.
אויף אינדזלען אויף דערטרונקענע,
אין תהומען איינגעטונקענע,
לויט אָנגאַבן געוואונקענע,
וואַרט עפּעס מיט אַ טעם.

מאָסקווע, תשס''ד



9
ספירת העומר

און אויב מיר וועלן זוכן דעם תוך
און אויסמיידן כיטרע דעם קריאת־שמע־בראָך
און איגנאָרירן דעם שוו
אַכן שטאָך
פון איינגעה
אַלטענער תאווה,
סיי
־ווי אויף אונדז וועט וואַרטן אַ תהום,
אַן אומדערוואַרטער באַזוך אין אַ קראָם,
אַ גוי אַ שיכור, וואָס האַלט אַ לאָם
צו קילן הייס אונדזער גאווה.

ניטאָ קיין גרענעץ, ניטאָ קיין תחום.
עס בלאָנדזשען כאָפּטעס נאַראָנים שטום.
עס הערט זיך רק
אַ פאַרשטיקטער זשום
אין אורוו
אַלד פון פּירות און תבואה.
עס האָרעוועט בלויז דער הגדה־תם,
וואָס ער איז
אַ צדיק אין תוך מן הסתם.
בלויז ער געפינט נאָך אַ טאָלק און
אַ טעם
צו בלייבן געטריי אונדזער שבועה.

כל־זמן ס'איז נאָך תקף פון קריאת־שמע דער תנאי,
וועט ברענגען דאָס לעבן צו אונדז פון דאָס ניי
ב
אַנאַנד מיטן ניגון פון אוי און פון איי
דעם ניגון דעם שטאָלצן פון תחילת.
אַניט, וועט מען פאָלגן דעם קריסטלעכן גלאָק
און אָנהייבן טעג פון
אַ נישטיקן קלאָג
און בעטלען דערנידעריקט־שטום אויף
אַ ראָג
און וו
אַגן בלויז זאָגן רכילות.

מאָסקווע, תשס''ד



10
יום שמיני

דער טאָג וועט קומען.
ס'וועלן זיג־טרומייטן
דערוועקן גרויליק־רויטע סטאַדעס קי ביים קוואַל,
און ניט פאַר היימלעכקייט
פון אַלטן שטאַל,
נאָר פאַרן וועג פון אַש
דעם ענגלעך־ברייטן.

דער טאָג וועט קומען,
און דער זומפּיק־שטילער עבר
מיט אַלע שטורעמס זיינע וועט אַנטרינען באַלד.
און ס'וועט רחמותדיקייט הערשן מיט אַ גוואַלד
איבער דער אחדות־ריזיקייט דער גראָווער.

דער טאָג וועט קומען,
און נאָך אים וועט זיין אַ נייער.
אָן זיג־טרומייטן וועט ער אָפּשטויסן דאָס אַלץ,
וואָס האָט גאַנץ כשר אויסגעזען פאַר כשרות־זאַלץ.
די טומאה וועט ער אויסבריען מיט פייער.

פּתח־תקווה, תשס''ג



11
נאָך־יום־טובדיק

כאַריזמאַטישע פיגורן הינטער שויבן פון וויטרינעס.
אַ דערבאַרעמדיקער גדול אויפן סאַמע אויבן־אָן.
צוויי פאַנטאַסטישע פּלאַנעטן, גאָר אַן אַלטער ספר קינות.
צוואַנגען ראָסטיקע אין קאַסטן. טירן. מאי קא משמע לן?

פּאָפן ווינטערצייט די בערן. זשליאָקעט בראָנפן אַ פאָניאַטשקע.
שטייט פאַרגליווערט אַ בעל־תשובה. בליען רויזן אויף אַ גאַס.
פאַלן אומעטיקע ווערטער. אויף אַ סטאַוועק שווימט אַ קאַטשקע.
קלאַפּן שוסטערס אינעם עבר. וואָס וועט זאָגן אַ בר־דעת?

קאַלעמוטנע רינעס שטראָמען, זיך איינגיסנדיק אין טייכן.
אויף אַ טאָוול שרייבט אַ לערער מיט אַ לאָרד דעם ערשטן אות.
אַ משונהדיקע בריאה דרייט זיך ביי אַ וועג אַ גלייכן.
אַן אכזריותדיקער קייסער פאָדערט שטייערס אָן אַ מאָס.

ביים בעל־מאה און בעל־דעה אויב אֵין קמח איז אֵין תורה.
דינָא דְמלכוּתָא דינָא כאָטש דור איין און כאָטש דור אויס,
רייך ווי קורח און כל־ימיו פּגרט פון אַ מרה־שחורה
כימי עולם וכשנים – אַלץ פאָרויס, פאָרויס, פאָרויס.

די גערעטעניש פון פעלדער שענקט אַ שפע אויפרייס־מינעס.
המן־טאַשן פילט די באָבע פּורימדיק מיט פּולווער־מאָן.
כאַריזמאַטישע פיגורן הינטער שויבן פון וויטרינעס.
אַ דערבאַרעמדיקער גדול אויפן סאַמע אויבן־אָן.

תל־אביב, תשס''ב



12
הִנֵה זָקנְת וּבָנֵיךָ...

"וְלא הלכו בניו בדרכָו"
שמואל א', ח, ג

"מְדַבר – אין מיטלאַלטערלעכע העברעאישע טעקסטן
האָט אויך די באַדייטונג – אַ מענטש"
פון ווערטערביכער

כאָלערעס
דורך פּריזמעס פון ימים־נוראים
אַזוי גאָר
אַנטפּלעקן מיר זיך פאַרן דרויסיקן עולם.
עס ווילט זיך
זיין סתם אַ מְדַבֵּר לעת־עתה, אַ מין אור לגוים,
נאָר מוז מען
דאָך זאָגן כל־נדרי. דער עולם – אַ גולם.

מה שמך?
ווער ביסטו אין תוך אָן די קליפּות־גילגולים,
דו, עמך,
צעזייט און צעשפּרייט איבער לענדער און צייטן?
עקידה
פאַר איציקן איז צוגעגרייט. שיק אין שול אים,
זאָל ווערן
דיין איציק אַזאַ ווי געווען ביי די לייטן.

מה יפות!
עס ווערט נישט פאַרגעסן דער מינהג דער אַלטער.
עס וואַרט נאָך
אַ כאָפּטע פון יונגען אויף יענעם אברהמען.
עס פאַלט נאָך
די האַנט. און דער מלאך? נאָך שאַלט ער,
ווי בייזע
מאַשינעס מיט פליגל אויף אַעראָדראָמען.

און אפשר,
וועט אַנדערש זיין אַלץ נאָך דער לעצטער נעילה?
אוודאי!
מיר האָבן פון לאַנג שוין געשריבן אַנטשפּרעכיקע תנאָים.
ס'וועט קומען
משיח און רופן אונדז חס וחלילה.
עס ווילט זיך
זיין סתם אַ מְדַבֵּר לעת־עתה,
אַ גוי ככל הגוים.

תל־אביב, תשס''ב


13
והים איננו מלא

"אָט אַזוי לעקט דער קייסער האָניק"
פון אַ פאָלקסליד

אַ שפּאַלט אין וועלטגעבוי.
דורך אים טריפט זיס מיין וועזן
ווי האָניק פונעם ליד
וועגן דעם קייסערס שלאָף,
די ספרים, וואָס איך טו
סיי לייענען סיי לעזן
דורכאויס – ביז סאַמע אלף,
וואָס קומט באַלד נאָכן תו.

און אַז איך גיב אַ קוק
אויף אַלץ, וואָס איז געבליבן,
אויף אַלץ, וואָס וועט נאָך זיין
אַ מאָל אין אָט דער וועלט,
דערפיל איך זיך אַליין
ווי יענעם רֵעַ דעם ליבן,
וואָס האָט מיר זייער לאַנג
אין מיר אַליין געפעלט.

די שפּיצן פון די בערג,
וואָס שטאַרצן פון די מים,
די תהומען אָן אַ דנאָ,
וואָס רוען אונטער זיי,
דערמאָנען מיר, אַז איך
בין נאָך אַ חי־וקיים,
אַז שניידן וועל איך נאָך,
נאָר איצט נאָך – גיי און זיי.

דער שעטנז פונעם זיין
אין סתירותדיקע ספירות
איז אומפאַרמיידלעך און
אומזעאיק פאַרן אויג –
צו ווערן אַ בונטאַר
ביים זינגען קנעכטיש זמירות,
צו האָדעווען אַ הון
ביים זען אויף וואָס זי טויג.

פאַרלאָרן איז מיין אָרט,
פאַרשלאָסן איז דער גאָרטן,
דער הימל איז פאַרוויינט
און ס'איז פאַרפלייצט מיין זיין.
פאָרט לוסטיק בין איך דאָ
און פריילעך בין איך דאָרטן
און ערגעץ אין דער מיט
רייסט אויף דעם פּונקט די שיין.

רמת־גן, תשס''ב



14
מסובין

"שֶהָיוּ מְסֻבּין בּבְנֵי בְרַק"
פון הגדה של פּסח

עס דרייען זיך מעוועס ווי קראָען
שוואַרץ־ווייס איבער חיריה־בני־ברק.
די זון גייט אַראָפּ פונעם הימל
זיך טובלען אין מקווה פון ים,
טויט־טרף ווי אַן איצטיקער כהן,
פון הייליקן יחוס, נאָר טרייף רק.
עס שיטן זיך ברכות סאָרט ג'
אויף חכם און רשע און תם.

און אונטער די טאָנעס פון מיסטן,
וואו מ'האָט רעדאַגירט די הגדה,
גייט ווייטער דער אוראַלטער סדר
גאַנץ כשר און לייטיש און ווויל
פאַר אונדז און להבדיל פאַר קריסטן
לויט זייער אומכשרער מאָדע.
אין דר'אויסן גיבליבן איז, ליידער,
דער אינו־יודע־לשאול.

קרייצוועג מסוּבין, תשס''ג ראָש חודש ניסן


שבת, דצמבר 31, 2005

א בריוו קיין אייראפע




וועלוול טשערנין


אַ בריוו קיין אייראָפּע. דאָס יאָר דתת''ס


,ווייסט, צעזייטע און צעשפּרייטע איבער לענדער בני־ישראל
,די, וואָס זאָגן מיט כוונה "ברענג צונויף אין אונדזער לאַנד אונדז
.זייט געוואויר: איר האָט פאַרלאָרן אַלע רעכט אויף נחלת־אָבות
,ס'איז ניטאָ מער קיין חזקה, חוץ דער תפילה אינעם סידור
.חוץ דער לויטער־מאָדנער בענקשאַפט, חוץ די אוראַלטע נבואות

.אָן אַ נעשה פאַרן נשמע וועט דאָס רעכט צוריק ניט קומען
.אייער יידישקייט איז, ליידער, פון דער אוראַלטער א היפוך
.זאָגט איר: "נשמע" און דעם נעשה טייטשט איר אויס געדולדיק־קנעכטיש
.וואַרט איר אויף אַ יד חזקה, וואָס וועט ווידער טאָן אייך נסים
.וואַרט נאָך טויזנט יאָר, עבדים. די חזקה איז פאַרלאָרן

בעט איר טויזנט יאָר זאָל אויפשטיין אייך במהירה בימינו
?בית־המקדש. און די שטיינער האָט איר אָנגעגרייט באַצייטנס
האָט איר דען לכל־הפּחות זיך געטשעפּעט מיט די נעגל
?פאַר די שטיינער פונעם היימלאַנד, וואָס מוז זיין כולה ישראל
.ניין, ניט איר. איר זיצט אין גלות און איר דאַוונט מיט כוונה –

,האָט איר שוין געהערט אין ווייטן, ברידער מיינע, בני־ישראל
?די, וואָס זיצן אינעם גלות אויפן צפון, דאָרט ביי עשיו
?האָט איר שוין געהאָרכט די בשורה? איז זי שוין צו אייך דערגאַנגען
,אָדער ווייסט איר נאָך ניט, ברידער, אַז די פעסטונג איז געפאַלן
?און ס'איז מער שוין ניט געבליבן קיין איין שטאָט כולה ישראל

ס'האָט די שטאָט געהייסן חיפה. ס'האָבן דאָרט געלעבט די לעצטע
,בני־ישראל, וועלכע האָבן אויפגעהויבן דרייסט די שווערדן
,בירושהדיקע שווערדן צו באַשיצן אייער היימלאַנד
!אייער ווירדע און חזקה. וויינט דאָך! איך גבורים נפלו
.אייך – בלויז עיטים וּמזמֵרות, זיי – די שווערדן און די שפּיזן

,חיפה איז אַליין געבליבן אויפן ברעג ביים ים־הגדול
ביי די פיס פון הויכן כרמל, וואו עס האָט אַ מאָל אליהו
.דרייסט באקעמפט עבודה־זרה און האָט זי פאַרברענט מיט פייער
,טויזנט יאָר שוין נאָכן חורבן. ס'איז ניטאָ קיין בית־המקדש
.אָבער פונקען פונעם מוקד האָבן נאָך געשיינט אין חיפה

,בעל־מלאכות, סוחרים, פישערס האָבן דאָרט געלעבט ווי יידן
.עכטע יידן על־פּי תורה אויפן באָדן פונעם היימלאַנד
,רוימער, גריכן און אַראַבער פלעגן קומען און אַוועקגיין
אָבער חיפה איז געבליבן טויזנט יאָר כולה ישראל
.בעת איר האָט געשלעפּט דעם גלות און געדאַוונט מיט כוונה

.ס'איז ניטאָ מער קיין חזקה זינט דעם יאָר תת''ס דעם שוואַרצן
ווילדע קריסטן פון אייראָפּע, וועלכע האָבן אויסגעשאָכטן
,גאַנצע הייליקע קהילות פון די שטילע גלות־יידן
.זיינען דאָך דערגאַן אַהערצו, ביז די שטעט פון אייער היימלאַנד
.האָבן זיי צו ערשט באַלאַגערט און פאַרכאַפּט ירושלים

.ס'האָבן טייכן בלוט גערונען, הייליק יידיש בלוט אין גאַסן
.ס'איז קיין יידן ניט געבליבן ווידער אין ירושלים
.אומעטום דאָרט הערשט דער צלם ווי אין גלות, דאָרט ביי עשיו
,ווער ס'איז לעבן דאַן געבליבן בעת דער שוידערלעכער שחיטה
.האָט געזוכט אַ מקום־מקלט אין פּלשת־לאַנד, אין אשקלון

.אויף די הויכע ווענט פון אשקלון שטייען קריגערס פון מצרים
.דער כאַליף שיקט זיי אַ שטיצע דורכן ים מיט זיינע שיפן
און די ווילדע בייזע קריסטן זיינען ניט אימשטאַנד לעת־עתּה
.גובר זיין די ווענט פון אשקלון און די קריגערס פון מצרים
.און די יידן מעגן לעבן דאָרט באַנאַנד מיט מוסולמענער

,חיפה איז אַליין געבליבן אויפן ברעג פון ים־הגדול
.אָן אַ שטיצע פון מצרים. עיר ואם כולה ישראל
מ'האָט געשאַרפט אויף אירע גאַסן בירושותדיקע שווערדן
,צו באַשיצן אייער היימלאַנד, אייער ווירדע און חזקה
.און איר האָט געדאַוונט, ברידער, אויפן צפון, דאָרט ביי עשיו

.ס'איז פאַרביי אַ יאָר פון אומרו, אָבער חיפה איז געשטאַנען
,ס'האָבן קריסטן שוין געגרינדעט זיי אַ קעניגרייך אַ נייע
אויסדערוויילט פאַר זיך אַ קעניג זיצן אין ירושלים
,און צעטיילט שוין צווישן ריטערס ס'גאַנצע לאַנד פון בני־ישראל
.אויסער יענע שטעט און קרייזן, וואָס זיי האָבן ניט פאַרכאַפּט נאָך

.ס'האָט דעראָבערט זיך אַ חלק אויך טאַנקרעד דאַן דער טאַרענטער
.ער איז איצט דער פירשט פון גליל דער נאָרמאַן דער איטאַליענער
און ער האָט געבראַכט צו פירן זיינע ריטערס די רשעים
דעמלט צו די ווענט פון חיפה אויפן ברעג פון ים הגדול
.און מיט אים – דער אויבער־גלח דיאַמבערט דער פוקס פון פּיזע

דיאַמבערט דער אויבער־גלח אין דער קעניגרייך דער נייער
.האָט געוואָלט פאַרניכטן יידן, עוקר מן השורש זיין זיי
אָבער חיפה איז געשטאַנען – עיר ואם כולה ישראל
און אויף אירע ווענט און טורעמס – אירע תושבים בני ישראל
.צו באַשיצן אייער היימלאַנד, אייער ווירדע און חזקה

,ס'האָבן צאָרנדיק געפינקלט בירושותדיקע שווערדן
,ס'האָבן שטיל, נאָר שאַרף געזונגען פיילן, זוכנדיק א קרבן
.ס'זיינען שווער געפאַלן שטייער אויף די קעפּ פון ווילדע קריסטן
,און דער שטורעם פון די ריטערס איז געוואָרן אָפּגעשטויסן
.און עס איז געשטאַנען חיפה, עיר ואם כולה ישראל

.און עס האָט דאַן אָנגעהויבן די באַלאַגערונג פון חיפה
,קיין שום הילף און קיין שום שטיצע איז צו איר ניט אָנגעקומען
,נאָר דער ים האָט נאָך געהאָלפן די באַלאַגערטע גבורים
שפּייזנדיק מיט פיש די תושבים, ווייל די קריסטלעכע חיילות
.האָבן חיפה דאָך באַלאַגערט תחילת בלויז פון דער יבשה

.ס'איז דער ים געווען נאָך אָפן פאַר די דרייסטע בני־ישראל
און די כוואַליעס פון די שטורעמס פון די קריסטן די רשעים
.האָבן זיך צעקלאַפּט כסדר ביי די פעסטע ווענט פון חיפה
.פאַר באַלאַגערונג אַ טורעם האָט טאַנקרעד געמוזט אויסבויען
.און עס האָבן אויסגעבויט אים גיך די קריסטן מיט אַ בקיאות

אָבער ווען די ווילדע קריסטן האָבן צוגערוקט דעם טורעם
,צו די הויכע ווענט פון חיפה צו דעראָבערן די פעסטונג
האָט זיך דאַן צעפּראַלט דער טויער און די דרייסטע בני־ישראל
,האָבן אימפּעטיק באַפאַלן די באַלאַגערערס די ריטערס
.תל געמאַכט מיט שווערד און פייער פונעם דראָענדיקן טורעם

,ווייטער איז געשטאַנען חיפה, עיר ואם כולה ישראל
.לאַנגע טעג און לאַנגע וואָכן איז געשטאַנען מיט אַ גבורה
.און טאַקרעד האָט פיל פאַרלאָרן ריטערס זיינע אין די שלאַכטן
.שווער געווען איז די מלחמה, די באַלאַגערונג פון חיפה
.און ער האָט געוואָלט אַוועקגיין, ניט דעראָבערט כלל די פעסטונג

,דעמלט האָט דער אויבער־גלח דיאַמבערט אים בייז דערמוטיקט
?זאָגנדיק: "ביסטו אַ ריטער? ביסט אַ קעמפער פאַר די קריסטן
וועט מען זאָגן: "אַ מפּלה האָט טאַקרעד דער פירשט געליטן
ביי דער פעסטונג פון די יידן!" גיי און קעמף! געפין אַן עצה
"!איינצודרינגען אין דער פעסטונג דורכן ים אויף זעגלשיפן

ס'האָט טאַנקרעד זיך דאַן דערמוטיקט, זיך באַראַטן מיט די ריטערס
און צו הילף האָט ער גערופן דאָ ווענעציאַנער ים־לייט
און פאַרמאַכט מיט זעגלשיפן דעם אַרויסגאַנג פונעם האַפן
און אַזוי האָט ער באַלאַגערט חיפה שוין פון אַלע זייטן
.און געפאָדערט פון די יידן באַלד די שטאָט אים אָפּצוגעבן

נאָר די דרייסטע בני־ישראל האָבן ווידער אים געענטפערט
.בלויז מיט שווערדן און מיט פיילן און מיט גלויבן און מיט ווירדע
.ווייטער איז געשטאַנען חיפה, עיר ואם כולה ישראל
ס'איז פאַרברענט אַ שיף געוואָרן פון ווענעציאַנער ים־לייט
.אין דער שלאַכט אין חיפהער האַפן. תהומות יְכַסְיֻמוּ, ברידער

נאָך אַ חודש שווערע שלאַכטן האָבן זיך אַריינגעריסן
.אין דער שטאָט די ווילדע קריסטן און דעראָבערט זי מיט שווערדן
.און עס זיינען אומגעקומען קינד־און־קייט די חיפהער יידן
זיינען זיי געוואָרן קדושים. וויינט דאָך. איך גבורים נפלו
!אויף די שטיינער פונעם היימלאַנד, וואָס מוז זיין כולה ישראל

.דאָרטן, ביי דעם הויכן כרמל איז ניטאָ מער קיין חזקה
,אָן אַ נעשה פאַרן נשמע וועט דאָס רעכט צוריק ניט קומען
.ווייל די פעסטונג איז געפאַלן און איר דאַוונט מיט כוונה
,וועט איר זוכן נאָך אין סידור בירושותדיקע שווערדן
.זאַמלען שטיינער מיט אַ בענקשאַפט, זיך דערמאָנענדיק אין חיפה

כפר־אלדד, תשס''ג




די ניינטע מכּה

וועלוול טשערנין

xoishex mitzraim


די ניינטע מכה

.אַזאַ מין ווינטער איז נאָך ניט געווען
.און ער איז ענלעך דאָ און דאָרט ווי טראָפּנס רעגן
,דער נעפּל ווערט צעטריבן ווען־ניט־ווען
.נאָר וואָס וועט זיין? – ניטאָ ביי וועמען פרעגן

.ס'איז פינצטער און ס'וועט פיצטערער נאָך זיין
.דאָ – פאַר אַן אויפגאנג, דאָרטן – בעת אַ שקיעה
,עס בענקט זיך פּיינפול נאָך אַ ביסל שיין
.נאָר פינגער ציִען זיך צו רייסן קריעה

מעלה־החמישה תשס''ה

uzor1


אַן אוקראַינישער מאָטיוו

איבער שטיינערנע בערג
,און געמיטלעכע טאָלן
איבער גרויע שאָסייען
און הייליקע שטעט
הענגט אַ ריזיקער מעסער
,דעם ערדקויל צו גאָלן
און עס וואַכט איבער אַלצדינג
.אַן איך, אַן עסטעט

אַלץ איז נאַס שוין געמאַכט
.מיט אַ בלוטיקן רעגן
אָנצוזייפן דאָס אַלץ
.וועט ניט דויערן לאַנג
ווען דער שוימיקער ים
,וועט אַרויסגיין פון ברעגן
,וועט דעם איך, דעם עסטעט
.טאָן אַ ביסעלע באַנג
מעלה־החמישה תשס''ה

CHAGALL The Flying Carriage



צו דער טאָג־אָרדענונג

?וויפל בערן זיינען געבליבן
?וויפל זיינען געבליבן וועלף
.פּעסימיסטן זאָגן, אַז זיבן
.אָפּטימיסטן טענהן, אַז צוועלף

– איז עס באַזונדערס אָדער צוזאַמען
.דאָס איז אַ קשיא אַליין פאַר זיך
,און מע קען מיט דער תשובה פאַרזאַמען
.אויב מע קראַצט אין געדענקשאַפט דעם פּליך

.טעג פון דער וואָך זיינען אַלץ זיבן
.שבטים זיינען געוועזן צוועלף
?נאָר וויפל בערן זיינען געבליבן
?וויפל זיינען געבליבן וועלף

מאָסקווע תשס''ה

Chernin and Karloff

ערב פּסח

באַלד
.וועט עפּעס זיין דאָ מיט אַ גוואַלד
איצט
.שוין זע איך, ווי דער הימל בליצט
קרום
.ווערט אַלצדינג אומדערוואַרט אַרום
הויך
.דערהייבט זיך צו דער זון דער רויך
הענט
.דערשפּירן, ווי דער ספר ברענט
ווייט
.פליט נאָך אַ זייט און נאָך אַ זייט
!הער
.עס קריכט די אייביקייט אַהער
באַלד
.וועסטו דערקענען איר געשטאַלט

מאָסקווע תשס''ה

gefen

אינעם טאַטנס וויינגאָרטן

.און תל־אָביב איז אויך אַן עיר־ואם
(!מע טאָר ניט אויפהייבן געפעלשט אַ ברעם)
.זי איז באַפעלקערט איבערהויפּט מיט יידן
,מע קען זיך פילן רואיק אין איר שויס
און צווישן דערנער איז אויך זי אַ רויז
.און טוט דערפרייען אַ בן־ברית אַ מידן

זי שטייט באַגייסטערט אויפן סאַמע שוועל
,און ווי אַ זויגקינד טוט אַ קוויטש אַ קוועל
.און זי טוט וואַקסן, בלייבנדיק אַ קליינע
,יאָ, תל־אָביב איז אויך אַן עיר־ואם
,און די צעשיידונג טוט ביים האַרץ אַ קלעם
.ווייל אויך פאַר מיר ביי איר איז דאָ אַ תאנה

תל־אָביב תשס''ה


РОСА


ימות הטל תשס''ה

ווי וואָלט געוועזן ווויל ווען ס'וואָלטן דאָ אַהער אריבער ים אין בלויען נס־געשווימל
געקענט אַנטלויפן פון די גויים אַלע ייִדישע מקומות מיטן ייִדישן געווימל


אורי צבי גרינבערג

את ימות המשיח כל־כך רצופים
אצטרך לערבב בזהירות כמו קלפים
ומבט להעיף על גגות רעפים
.שפּזורים כמו פּרכים של אַל־מוות
התברר שקצרה השׁיבה למרכז
וקצר המרחק בין עכשיו לבין אז
.וקוצרים ברינה והזרע עוד עז
.שטעטלעך האָבן אַהער זיך געיאַוועט

קדומים תשס''ה

YUNGVILNE


אַ ווילנער חשבון־נפש

אַ פּרואוו צו ווערן לייטיש אויף אַ צייט
.פאַרפירט בגנבה יעדן זייער ווייט
,ס'איז שווער צו בלייבן ערגעץ אין אַ זייט
.אויב ס'איז די לייטישקייט אַ ביסל אויסגעגוואַלדיקט
אויך אין אַ טעמפּן ווינקל פונעם זיין
קען מען זיך פילן טאַקע זייער פיין
און ניט צו קריכן אין קיין קאַמף אריין
.און רעאַגירן גוט באַטראַכט, נאָר באַלדיק

דער גלגל פון די שיט באַשמירטע טעג
,פירט אומפאַרמיידלעך צו אַ שיטן דרעק
וואָס האָט ניט קיין שום גרונט און קיין שום ברעג
.און צווינגט צו שווימען אין אַן אייביק שטינקען
,דאָס איז דער גורל פונעם לעצטן דור
וואָס איז מקיים מעשיות אויף דער וואָר
און האָט אַ צוועק צו לעבן נאָך אַ יאָר
.און קיין מאָל ניט חלילה ניט דערטרינקען

ווילנע תשס''ה

a lialke forshtelung in geto



***

עס גייט ניט און עס וועט ניט גיין
כל־זמן אַן אויסגעקרימטע שורה
וועט אומגעלומפּערט, אָן אַ צורה
.אין גאָרגל שטאַרצן ווי אַ ביין

די גרויע שיין פון פרעמדע טעג
וועט ווערן אייגן און געמיטלעך
,ווי שוואָמען מיט צעקייטשטע היטלעך
.ווי קינדער מיט תלינים־העק

,אַ גראָבער יונג דערזינגט זיין ליד
,זיין פּריקרע־זיסלעכע נגינה
.זיין סערענאַדע פול מיט סלינע
.יאָ, אויפן בוידעם אַ יריד

מאָסקווע תשס''ה



eretz yisroel



אַ קער

Вот –
новый поворот...
«Машина времени»

,און אַ מאָל, ווי באַוואוסט
איז דוד המלך עולה געווען
,פון חברון קיין יבוס
פונעם דרום צום צפון
און דערביי איז ער זיכער
.פאַרביי ערגעץ דאָ מיט זיין חיל
כ'בין געפאָרן אַליין איבער זייערע שפּורן
מיט ניט־דאָיקע לידער
.פון דער רעשיקער צייטן־מאַשין
אויפן קרייצוועג, ניט ווייט פון בית־לחם
ביים פאַרקערעווען לאַנגזאַם אויף לינקס
האָב איך פריינדלעך דערהויבן אַ דלאָניע
מיט אַ גרוס צו אַ בלויען פּאָליציִאַנט
.מיט אַ פּאַנצער אַ שוואַרצן
און ער האָט מיר געוויזן דעם וועג
.צו גליתעס געקעפּיקטן קערפּער

כפר־אלדד תשס''ה

yiesh


אַ מין יאוש

,צו פאַרגעסן דאָס היימלאַנד, די יוגנט, דעם טרוים
,אָנצוזשליאָקען זיך גוייִש און ווערן אַ לוט
,מיט אַ פּעקל קאָנדאָמען אַרויסגיין אין גאַס
,אויסצוקיילבן אַ קורווע און מאַכן אַ טרען
זיצן ביז אין דער פרי אין אַ זינדיקן באַר
און צעוואַרפן די גרינע דאָלאַרן און הילצערנע רובל
,כל־זמן ס'איז נאָך דאָ
.ביז צו ווערן אַ יורד

אין אַ שיכּורער גאווה באַווייזן די גויים דעם בלויאינקן פּאַס
,פון מיין ווייטער מדינה
,כל זמן ס'איז נאָך דאָ, ביז צו ווערן אַ יורד
צו דערזען אַ פּאָר שטראַלן
פונעם גרויליקן, שרעקלעכן אויפגאַנג
,און צו זאָגן מיט ווייטיק: "איך בין פאָרט אַ ייד
".ווייל איך האַלט ערגעץ טיף אַ בטחון

מאָסקווע בין־המצרים תשס''ה

AFCELOXES