Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום חמישי, יוני 04, 2015

געבורטסטאָג





געבורטסטאָג

דרײַ קליינע בילדלעך צוגעקלאַפּטע פעסט צו ווענט.
פאַרגאַנגענהייט און קעגנוואַרט און צוקונפט.
אַ בליק און נאָך אַ בליק און נאָך אַ בליק.
אַ רגע און אַ רגע און אַ רגע.
די בילדלעך שווימען
און זיי בײַטן זיך כסדר –
אַ קוק אַזאַ, אַ קוק אַזאַ, אַ קוק אַזאַ.
דער עתיד ווערט מגולגל אין אַן עבר.
דער עבר איז מרמז אויף אַן עתיד.
און בלויז די הווה בלײַבט באַשטענדיק הײַנט.

אריאל תשע''ה