Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום שני, אוגוסט 08, 2016

אינדערפֿרי, אַ קאַלטער רעגן

-


אינדערפֿרי, אַ קאַלטער רעגן

און דאָ איז אַן אייביקער תשעה-באָב,
כאָטש קיינער כמעט טוט ניט פֿאַסטן,
כאָטש ס'האַלט מען אין ווינקעלע עפּעס אַ רב
פֿאַרמאַכט אין אַ פּאַסיקן קאַסטן.
עס וויינען די הימלען בײַם קוקן אויף דר'ערד
און האַלטן 'זוי קלאָר אין איין שווײַגן.
ניט אַלץ איז צעשטערט אָדער אַלץ איז צעשטערט,
סײַווי ס'וועט אַ זאָגעניש לײַגן.
און פֿאָרט, אַז מע קוקט אין דעם גרויען אַרום,
דערפֿילט מען אַ שטיקל בטחון
און זעט מען אַ רמז אַויף עפּעס-וואָס פֿרום,
וואָס איז ביז אַצינד ניט דערשטאָכן.
ווילנע ד' באָב תשע''ו