Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום שישי, יוני 06, 2008






מיין געבעט


ווי גרויס איז גאׇט!
ווי רייך איז זיין וועלט,
דער דימענט מיט אׇנצאׇליקע ראַנדן.
פון מיין ערשטן טאׇג אׇן
לויט גאׇטס געבאׇט
האַלט איך
אין איין באַגרייפן זיין וועלט,
דעם קאַליידאׇסקאׇפּ מיט אׇנצאׇליקע בילדער,
וואׇס ער האׇט מיר געשאׇנקען.

גאׇט איז אַ טאַטע.
ער איז געדולדיק צו מיר.
ער גיט מיר איבער זיין וועלט ביסלעכווייז.
עס גלאַנצן די ראַנדן.
עס בלענדט דאׇס גלאַנצן.
איך באַמערק נאׇר פראַגמענטן:
אַ נאַכטיגאַל, אַ קראׇ,
אַ ווינטל, אַ וואׇלקן,
אַ וויסטעניש, אַ וואַלד,
אַ טאׇג און אַ נאַכט
טאׇג און נאַכט
ביים זיצן אין דר'היים,
ביים שפּאַנען אויף וועגן,
ביים לייגן זיך שלאׇפן,
ביים אויפשטיין.

און איך ווער אַנציקט
און איך זאׇג:
הער, ישראל,
גאׇט איז דער טאַטע.
גאׇט איז אַליין.
זיין געבאׇט – מיין געבעט.


ווערבעלין תשס''ח



ל''ג בעומר

דערבאַרעמדיקער טרוימער,
אַ געטרייער נסים־שומר
קוקט אויף פייער אויף ל''ג בעומר
אין אַ ברייטער מענטשן־ראׇד.
ס'לויפט די ראׇד, עס טאַנצט דאׇס פייער.
ס'קוקט דער טרוימער דער געטרייער.
ס'איז די ראׇד אים ליב און טייער.
ס'פאׇלגט זיין טרוים זי טראׇט נאׇך טראׇט.

מיט דערבאַרעמדיקע נסים
טרייסט ער קיינמאׇל ניט סריסים.
אויפן האַרצן איז העל־זיס אים,
און סריסים איז אַלצאיינס.
זיי באַמערקן ניט קיין צויבער,
פלעכטן קרענצלעלעך פון לויבער
פאַר אַן אויבער־סריס, אויבער־
טויבער צו אַ ליד אַ שיינס.

און די מענטשן־ראׇד די ברייטע
טרעט אויף וועגן צוגעגרייטע,
לויפט אַ גלגליק פאַרדרייטע
דורך אַ טרוים דערבאַרעמט ווילד.
און דעם לויבער פרעסט דער שייטער,
און די מענטשן־ראׇד לויפט ווייטער.
נסים היט דער שומר. בייט ער
נאׇר די אויפשריפט אויף דער שילד.


ירושלים – מעלה־החמישה תשס''ח