Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום שלישי, ינואר 29, 2013

שקיעה-וויין







לאָז זיך אָפּ,
               און א וועג
וועט אנטפּלעקן זיך באלד.
ער וועט פירן אוועק
פון דעם יש און דעם אַיִן.
לאָז זיך אָפּ
               אויף דעם ברעג,
וווּ ס'איז ווינטיק און קאלט,
אז ס'איז ממש א שרעק
אָן א כוסעלע יין.

גיס אריין
             זיך אין מויל
פון דער שקיעה א שלונג –
זאָל זיין ווארעם און וואויל,
זאָלסטו רואיק שוין ווערן.
גיס אריין
            בעת א קויל
גייט אריין דיר אין לונג
און צעפּליעסקען דיך פויל
צווישן וועגווייזער שטערן.


נתב''ג תשע''ג