Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום חמישי, אוקטובר 02, 2014

לא המתים






וווּ גייט דער וועג, וווּ גייט דער גלײַכער וועג,
וואָס טוט פאַרבידן גאָרנישט מיט אַן עפּעס?
דער גלײַכער וועג, וואָס האָט ניט קיין שום עק,
פאַרוואַנדלט גרינג אַן עפּעס אין אַן אֶפס.

ער טוט פאַרבײַטן לײַטיש מיט נײַ בלוט
דאָס בלוט, וואָס איז אַמאָל געווען פאַרגאָסן.
אַ זשאָלאָדע ווערט גערן אַ בַלוּט
בײַם זינגען קלאַנגלאָז: "את האָרץ נתן..."

און איך זינג מיט צווישן די גרינע בערג,
צווישן די אַלטע קברים: "לבני אָדם".
און איך באַמערק, אַז איך שרײַב מיט אַ ווערק
און אַז כ'צי ווײַטער אַ געפּלאַצטן פאָדעם.

איך בין אַליין אויף אָט דעם גלײַכן וועג.
איך מוז אַליין באַנעמען און באַשליסן.
דער גלײַכער וועג, וואָס האָט ניט קיין שום עק,
גייט דורך מײַן פילן און פאַרבײַ מײַן וויסן.

דעשקאָוויץ לעבן אַרשעווע, תשע''ה