Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום ראשון, מאי 08, 2011

תפילה בדרך -- נייע לידער פון יאָר תשע"א

-



תפילה בדרך

נאָך שחרית שלאָפן ערגעץ־וואו, כאָטש אויף אַ באַנק.
די וועגן פּלאָנטערן סיי זמנים סיי מנהגים,
נאָר גאָט איז דאָ. איז אין דער פרי כאָטש עפּעס זאָג אים.
אַניט, וועט דיר אַליין טאָן אומפאַרמיידלעך באַנג.

אַעראָפּלאַנען, טעקסיס, פיס און אייזנבאַנען
דערטראָגן תּמיד צו אַן אומדערוואַרטן ציל,
ווייל צילן זיינען אין דער וועלט פאַראַן צו פיל.
וואָס איז מיין ציל האָב איך דערווייל נאָך ניט פאַרשטאָנען.

אַ שמונה־עשרה שטיין אין מיטן נאָך אַ וועג?
און דעקלאַמירן דעם עלינו לשבּח?
נאָר ס'וועט דער שלאָף זיין מיך בּמילא מנצח,
און כ'וועל פאַרגעסן פון אַ ציל און פון אַ צוועק.

ירושלים תשע''א



* * *

אויף סאַמע דנאָ איז נאָך פאַראַן, וואוהין צו פאַלן.
דאָס ווערטל "סאַמע" איז ניט מער, ווי אַ געשטאַלט
פון עפּעס קינסטלערישס, וואָס איז געוואָרן אַלט
און פאָרט איז ממשיך, ווי אַ מאָל, פּאָעטיש שאַלן.

איז זיי ניט רואיק. טו אַ טובה, האַלט אַן אויג.
געדענק, אז כתרים זוכן שטענדיק נאָך קיסרים.

ירושלים תשע''א






ממשלות בלילה

א שוואִרצע קאַץ און גאָרנישט מער.
ס'איז אַזוי גרינג, ס'איז אַזוי שווער
ביים ראַנד פון קילע כסלו־נעכט
זיך פילן גוט און אויסזען שלעכט.
אין עתיד־שאָטנס טליען ליכט
דורך אָט דעם גראָבן הווה־שיכט.
עס טוט אַ הויכער קיפּאַריס,
ווי אַ ראַקעטע, שלאַנק אַ ריס
און ווערט אין ערגעץ נעלם באַלד.
עס ציט וואָס העכער שרייען "גוואַלד",
נאָר כ'כאַפּ אַ שווייג. למאי? צו וואָס?
ס'איז סתם אַ ריס און ניט קיין שאָס,
און אויב אַ שאָס – סייוויי צו וואָס?
דאָך שיסט מען לעצטנס מיט אַ מאָס.
ירושלים דרימלט שטיל,
און דער אַרום בלייבט גראָוו און קיל.
די שוואַרצע קאַץ – דער שוואַרצער פלעק
טוט פויל פון שטערן־מילך אַ לעק.

ירושלים תשע''א


***

פּשוט דערווייזן – גיי ווייס, וואָס און וועמען.
ווערטער־יתומים פאַרבלייבן אָן לשון און פאָרט
שטאַרצן ווי קוימענס אָן דעכער האלַב־קענטיקע נעמען.
"אלה שמות של..." וועט מען זאָגן אַמאָל אין אַ צייט אין אַן אָרט.

פּשוט דערווייזן איז ליידער בכלל גאָר ניט פּשוט,
אָדער ניט ליידער. ניט אַלץ איז דערווייזן כדאי.

ירושלים תשע''א


***

איך וועל ניט שרייבן קיין לידער מער.
כ'בין דאָך אַליין געוואָרן אַ ליד.
אַליין זיך צו שרייבן איז זייער שווער.
יעדנפאַלס קאָן איך עס ניט.

פון שוועבל-פּושקעס בויען אַ שטאָט
אין גרויען נעפּל אויף גרינלעכע בערג
הייסט זיין מקיים גאָטס אַ געבאָט,
און ווער עס גלייבט ניט זאָל זיין אַ טערק.

זיין ריי וועט קומען– תורכי – תורכי.
איך כאַפּ אַן אָפּרו, ער כאַפּט אַ קויל.
מיר קומען זיבן גאָר פעטע קי,
און ס'איז אַ סימן, אַז ס'וועט זיין וואויל.

תל אביב – ירושלים תשע''א





נכנסו לפרדס

עס גילדן זיך רונדע מאַראַנצן אַרויס
פון אַ טיפער, אַ בולטער גרינקייט.
דאָס זיינען בלויז בידנע שיריים
פון אַמאליקע יונגע פּרדסים
מיט אַ רמז אויף פּשט,
מיט אַ דרש פון אַ סוד.

נאָר ווילדלעכע שטעכיקע סאַברעס
באַלאַגערן נאך דעם שאסיי,
וואָס איז דרייסט אַריין אין פּרדס
און גייט אים אַדורך ביזן סוף.

אַ גילגול, אַ דרייסטע אַנטוויקלונג
פון נחום גוטמאַנס אַ בילד.

גן־רווה, תשע''א






ז' באָדר

משה רבנו איז געבוירן געוואָרן
און געשטאָרבן אינעם זעלבן טאָג.
די הונדערט און צוואַנציק יאָר
זיינען צונויפגעפּרעסט
ביז איין טאָג,
אַלץ פון די שמות ביז דער ברכה.

ס'איז רבנו געקומען און באַלד
אוועק און לא קם בישראל
כמשה עוד, און מיר זיינען געבליבן
אָן אַ רבין פון דעמלט ביז היינט,
און ס'איז קאַלט און ס'איז נאַס,
און ס'איז אומעטיק אונדז.

נאָר דער איינציקער טאָג
האָט פאַראַנקערט אונדז דאָ,
אין דעם זיין,
נאָר איין טאָג פון בטחון.
ווילסט ניט, גלייב ניט.
ווילסט יאָ, גלייב.

קיבוץ הראל, תשע''א





דער שפּיגל

עס פּויזעט פּאַמעלעך און שיינט די לבנה.
אַ שפּיגל אַזאַ איז צו גרויס
פאַר אַלעמען, אויסער דער זון.
וואָס ווערט איז אַ נאַכט אָן דעם שפּיגל?
איר שיינקייט ווערט תיכף פאַרלאָרן.
ס'איז שווער זי געפינען אין חושך,
וואָס גיט ניט קיין רמז אויף שיין,
ווייל שטערן איז דאָך ניט גענוג
דער חושך זאָל זיין אָפּגעשוואַכט,
און ס'פּאַסט ניט די שטערן בכלל
צו דינען אַ רמז אויף עפּעס.

כפר־אלדד תשע''א



***

דורך גראַטעס זעען זיך האַלב־שלעפעריקע ליכט.
עס גלייבט זיך, אַז ס'איז קאַלט דאָרט, ערגעץ איבער ימען.
זיי אַלע גיסן זיך צונויף צו זיין צוזאַמען
אַ מקווה מים מיט א קנאַפּן גלייכגעוויכט.

דורך גראַטעס הערט זיך אַ דערוועקטער ווינט.
זיין וואָיען טוט דערמאָנען, אַז מע דאַרף שוין שלאָפן,
און איינער, וואָס איז לאַנג און גיך געלאָפן,
טוט פאַלן און דערטרונקען ווערט אין טינט.

כפר־אלדד, תשע''א








תיקון־עולם

תיקון־עולם וועט ברענגען צו אַ ליקוי־חמה
מחמת מ'וועט זיין מחויב זיין בודק דעם ממון,
וואָס באַדינט די אמונה און ווערט א מין במקום
פון אָט דער אמונה און בויט
אַ גאַנצע ווירטשאַפט
טאָג איין טאָג אויס אָן א זון.

אפשר וועט מען נאָך אויף אַזאַ אופן
געפינען דעם קונה,
וועלכער חזרט איבער דעם עולם
און נעמט אויף זיך די אחריות
פאַר שמים־ואָרץ.

לוד, תשע''א



***

נו איז וואָס, אויב דער מאָגן איז פּוסט?
ס'איז אפילו געזינטער.
ס'איז אַ לוסט און אַ לוסט און בכלל ניט פאַרלוסט.
ווייסטו וואָס הייסט "אַ צווינטער"?

נאָר קיין צווינטער איז דאָ ניט פאַראַן
און אפילו קיין מאָגן.
און ס'איז אויך ניט פאַראַן דאָ קיין באַן,
וואָס זאָל ערגעץ-וואו יאָגן,

קיין געזונט און קיין לוסטיקייט אויך
און קיין קרענק און קיין טרויער
און קיין הענט און קיין פיס און קיין בויך
און קיין קאָפּ, נאָר אַ האַרץ אומגעהויער...

אלון־שבות, תשע''א



                                                                 
***
וואַסער אויף גלאַטע שטיינער,
וועלכע שאַפן דעם גרונט פון מקווה־מים,
אַ האַלב־מעטער טיף, ניט מער.
אַ צעדריבלטע, ציטערדיקע, ציענדיקע
אָפּשפּיגלונג פון לאַמטערנס און שטערן.
גאָלדענע פישעלעך, וואָס דאַכטן זיך אויס
צווישן דעם שטיין און דער שיין.
אַן אָפּגעשליפענע קינסטלערישע קינסטלעכקייט,
אַ נסימדיק וואונדערל, וואָס מע מוז עס היטן
כדי האָבן עס.

ירושלים, תשע''א