Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום חמישי, ינואר 09, 2014

פון די נייסטע לידער




קדיש

אַ ייד איז געקומען אין דער איינציקער שול צו זאָגן קדיש.
אָבער די אשכנזים מיט די ספרדים צוזאַמען
האָבן ניט געקאָנט צונויפשטעלן אַ מנין.
זיי זיצן – יעדער איינער אין זיין ווינקל –
און וואַרטן אויפן צענטן
און אויך אויפן ניינטן און אויפן אַכטן.
אַלע שווייגן און אויך דער ייד שווייגט.
ער טראַכט וועגן זיין פאַרלאָרענער משפּחה,
וועגן דעם, אַז אויפן פראָנט זיינען לעבן געבליבן
מער מאַנצבלען, איידער פרויען אין הינטערלאַנד.
וואו וועט ער גיין נאָכן דאַוונען?
וואָס וועט ער טאָן?
ווי וועט ער לעבן? צו וואָס?
דער ייד ווייסט ניט. די רגע לעבט ער כדי זאָגן קדיש.
דאָס איז וויכטיק.
ס'איז וויכטיק זיין איינער פון די צען.
נאָכן דאַוונען וועט ער באַשליסן, וואָס צו טאָן.
דער ייד דערלויבט זיך ניט האָבן אַ חשש,
אַז דער מנין וועט כלל זיך ניט צונויפקלייבן
און אַז ער וועט ניט קאָנען זאָגן קדיש.

כפר־אלדד תשע''ד



***

טויבן שפּאַצירן איבערן זאַמד.
כוואַליעס פלאַכע לעקן דעם ברעג.
שטיל איז אַרום, ווייל דער שטורעם פאַרזאַמט.
קיין שום בהלה, קיין חשד און קיין שרעק.

עטלעכע זעגלען פּליעסקען זיך פויל
ווייסע און גרויע ווי שוים פון דעם ים.
רוען די הימלען גוטהאַרציק און וואויל.
דער האָריזאָנט איז אַ דינינקע ראַם.

מאַניעט און רייצט די געזאַלצטע און יאָדיקע לופט,
אָבער דער רוים איז פאַרשלאָסן און קליין.
טליִעט אַ בענקשאַפט נאָך עפּעס און רופט
זיצן ביים ברעג מיט אַ ווענטקע אליין.

כ'וועל כאַפּן גאָרנישט. ס'איז גאָר ניט מיין צוועק.
אפשר, אַ וואָרט פונעם בבלי קידושין צי עפּעס אַ פּשט.
שטיל איז אַרום און ס'איז פּוסט אויפן ברעג.
ווינטערדיק שלאָפן די רוימען. איז שאַט!

תל אביב תשע''ד



***

אומעטום, וואו איך זאָל ניט גיין,
טרעף איך געמעלן פון נחום גוטמאַן.
זיי רינגלען אַרום מיך פון אַלע זייטן
און טוען באַפאַרבן מיין קיום.

אַמאָל האָב איך דאָרט, אויפן צפון
דערזען אונטער אַ קליינער רעפּראָדוקציע
נחום גוטמאַנס נאָמען
געשריבן פון רעכטס און פון לינקס.

אַ באַצויבערטער בין איך אַריין
אין זיין אנגעמאָלעטער וועלט
און געוואָרן אַליין אַ שטריך
אין די אַלע געמעלן.

תל אביב תשע''ד



מיין געשיכטע

איך האָב אַזאַ געשיכטע,
וואָס איך קען זיך שטאָלצירן מיט איר.
ס'איז אַ געשיכטע אַן אַנטיק.
זי איז איינע אַזאַ אין דער וועלט.
זי גיט אַלעמען שיין.
זי טוט אַלעמען רירן.
זי דערגייט אין די ווייטסטע עק־וועלטן.
זי דערגייט מיר די יאָרן.
איז הערט אַ מעשה, הערט מיין געשיכטע,
הערט מיך אויס...

תל אביב תשע''ד