Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום רביעי, אוקטובר 03, 2012



שבי ישראל


און זיי קומען און קומען און קומען.
ס'ווערט דאָס בילד פון דער אַלוועלט צעשוואומען.
מאָדנע הערן זיך סקריפּען און זשומען.
ס'ווערט צעפאַלן די וועלט אָן אַ וואָרט.
ס'ווערט צעקוועטשט אין אומזעאיקע צוואַנגען
אַלץ, וואָס איז צו זיין צוועק שוין דערגאַנגען.
אין דעם מיש־מאַש פון בילדער און קלאַנגען
איז ניטאָ קיין שום צייט, קיין שום אָרט.

חול־המועד פון אַ פּאַרעווער חגא
רוקט אַרויס אַ פאַרגעסענע פראַגע
וועגן עמענצנס איידעלער לאַגע
אין דעם עולם, וואָס איז ניט קיין וועלט.
זוכט ניט גאָרנישט. מע וועט ניט געפינען,
וואו מע קען אָט דעם עולם פאַרגינען.
ס'האַלט די וועלט טאָג און נאַכט אין איין רינען.
קיינער האָט נאָך קיין פּונקט ניט געשטעלט.

ירושלים תשע''ג