Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום ראשון, מרץ 02, 2014




***


ס'טוט אויף רעלסן פאַלן
שטיל אַ בלויער שניי.
איבער פּוסטע זאַלן
קײַקלט זיך אַן איי.

ס'טוט דער איי באַגילדן
בונט דעם אומזײַן-רוים.
אויף אַ שטיין אַ ווילדן
בליט אַ מאַנדלבוים.

צווײַגעלעך אָן בלעטער
האַלטן צינגלעך שײַן.
דער באַשײַנטער וועטער
דרימלט קינדערש אײַן.

אונטער בלויע שנייען –
רעלסן פון גינגאָלד,
און אין לאַנגע רייען
שטיי נאָר איך, אַ יאָלד.


כפר אלדד תשע''ד