Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום שבת, מאי 04, 2013





על שלשה ועל ארבעה


געקרייען פון א פײַער־פײַנעם האָן
דערטראָגן זיך פון הינטער קוואָלע פּלויטן,
וואָס זײַנען דורכגעלעכערט מיט דער צײַט.
עס דרייט זיך אַ באַשעפטיקט־פרײַע ציג
און קײַעט אָן אן אויפהער גאָט ווייס וואָס.
און פּאַוועס זיצן בלישטשענדיק און פויל,
געוואוינטע דורותלאַנג צו לויב־געזאַנגען.
אַ שאָף אַ ניט־געשוירענע דערמאָנט
די וואַרעמע געמיטלעכקייט פון ווינטערס
אין שטיבעלעך פאַרשנייטע ערגעץ ווײַט
אויף רחבותדיקע טוקל־ווײַסע פעלדער.

אַ קאַלטער יאיר איז בײַ אונדז האַיאָר,
אַ קאַלטער און אַ גלותדיקער עטוואָס,
און רעגנס אָן אַ ברכה שפּריצן קאַלט
מיט ליבע נאָך ביז איצט סטערעאָטיפּן,
וואָס בלאָנדזשען כאָפּטעסווײַז אין אונדזער ליד,
אין אונדזער בילד, אין אונדזער זײַן, אין אונדזער זינען.
שלום-־ליכם, מאַנגער און שאַגאַל,
און האָפשטיין און אויך טאָפּאָל אָן אַ שיעור,
איך זע אײַך אומפאַרמײַדלעך אויף די בערג,
וואו ס'האָט אַמאָל געפּאַשעט סטאַדעס עמוס.

תקוע, תשע''ג