Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום שלישי, נובמבר 19, 2013

דריי נייע לידער





ס'וועט זיין

ס'וועט אָן אַ גוזמא זיין אומזאָרגעוודיק און פריילעך.
דער פּור וועט פאַלן און מיין גורל וועט זיין זיס.
כ'וועל ניט באַהאַלטן מיינע אוצרות ווי אַ שיילאָק.
כ'וועל יעדן געבן פון דער זיסקייט טאָן אַ ביס.

איך וועל ניט ציילן קיין חדשים און מעת־לעתן.
כ'וועל פּרואוון הערשן איבער שפּליטערס פון דער צייט.
דאָס פּרואוון הערשן וועט מיר קיינמאָל ניט דערעסן
און אַלע צאַצקעס וועל איך לאָזן אין אַ זייט.

ס'וועט זיין די תקופה סיי באַפליגלט סיי באַגייסטערט
מיט הויכע אויפבליצן אום שפּיצן אָן אַ שיעור.
כ'וועל זיך בפירוש פילן ווי אַ גרויסער מייסטער
און טעגלעך וועל איך טרינקען גוטן ביר

ביז אין אַ טאָג וועט שוין ניט בלייבן קיין כוונה
און ניט פאַר מיר וועט יוירען גוטער ביר אין פאַס
און אינעם פאַס וועט פּלוצעם פאַלן די לבנה,
איבערגעלאָזט אין הימלען אַ ווייס־בלויען פּאַס.

תל אביב תשע''ד


***

אומגערופענע געסט האָבן גלייך אָנגעהויבן
מאַרגאַריטקעס צעטרעטן און פּערל באַרויבן,
און ס'איז ראַפּטעם געוואָרן אַ חושך און סדום.
און צעטראָטענע בלומבלעטער זיינען געלעגן
אויף פאַרוויסטעטע קלומבעס און שמוציקע שטעגן
און ס'איז בלאַס ווי אַ פּערל געוואָרן דער רוים.

ס'האָט געוועלטיקט אַ יושר פון סדום און עמורה.
אַלץ איז ראַפּטעם געוואָרן אַ נעכטיקע סחורה.
אַלץ איז ציניש געוואָרן און איינפאַך און גראָב.
קיינער האָט ניט געפונען קיין מוט צו דערקלערן,
אַז ס'איז דאָ עפּעס הויכס און ראָמאַנטישס ווי שטערן,
וועלכע פאַלן אַמאָל פונעם הימל אַראָפּ.

קאָמפּליצירט איז באַנעמענן דעם תוכן פון ליבע
צווישן שמאַלציקע שפּאַסן און האַס אָן אַ סיבה.
אַלץ זעט קויטיק און ברודיק און שמוציק דאָך אויס.
אומגעלומפּערטע פּרואון פאַריכטן די ראיה
העלפן ניט. אַלץ זעט אויס ווי אַ מיאוסע בריאה,
ווי אַ שפּין, ווי אַ פליג, ווי אַ וואָנץ, ווי אַ לויז.

און דעריבער פאַרגעסט מען, אַז ס'קומט די גאולה
אויך אין פעלדזן פון סדום און אין זומפּן פון חולה,
אַז זי קומט שוין אַצינד און מע קען זי דערזען
און זיך פרייען אומשולדיק און האָבן הנאה,
אויב ניט מאַכן זיך נאַריש אַ מין אינו־רואה
אינעם שלאָף פון דעם פּאָסט־מאָדערניסטישן דזען.

כפר־אלדד תשע''ד




***

צווישן גאָלדענע פּאַלאַצן
און בכבודיקע חורבות
טוען שטיל באַלאָנען פּלאַצן
און פלאַנירן שיינע קורוועס.

צווישן שטערן און פּלאַנעטן
אין דער ליידיקייט דער פּוסטער
טוען בני־ישראל קנעטן
ליים צו זיין דער וועלט אַ מוסטער.

ריינע וואַסערן באַגיסן
ערדן, שאַפן טיפע בלאָטעס.
ס'טוט אַ גליקלעך טרוים־אומוויסן
בליען ווי אַ ווייסער לאָטאָס.

די פּאַלאַצן טוען פּלאַצן
און דער מוסטער איז אַ פּוסטער!
ווערטער וועבן וואוילע זאַצן
פאַר אַ פרוי אַן אומבאַוואוסטער.

סאַראַ פריילעכע באַשאַפונג
איז באַשערט די נייע וועלטן!

כפר־אלדד תשע''ד