Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום חמישי, ינואר 25, 2007

נייע לידער, ישראל תשס"ז






ערב פרילינג

איך געדענק ניט די היינטיקע יידישע דאַטע,
נאָר איך זע, אַז דער הימל איז בלוילעך
און באַגילדן באַשיידן מיט שטראַלן,
און עס זיינען מבשר אַ דרימל
באָקסערביימער. דער ווינטער איז דופטיק.
וואו־ניט־איז איז צו זען,
ווי עס געלן זיך בליענדיק בלומען
אינעם יונגן און שיטערן גראָז.
ס'איז ניט שפּעט נאָך צו דאַווענען מנחה,
נאָר מע מוז זיך צואיילן, אַניט
וועט די בשורה פון דרימל־הכנעה
איבערצייגן, אַז אַלץ איז כשורה
און די תפילה איז איבעריק שוין.

איך שטיי אויף מיטן פּנים צום מזרח.
הינטער מיר איז דער הימל פון גאָלד
און פאַר מיר – קיין שום רמז אויף בלי.
מאַנדלביימער שוואַרץ־גרויע און דאַרע
וואַרטן נאָך מיט געדולד אויף דער שעה.
איך דערפיל, אדרבא, אַז מאָרגן
דאַרף מען זאָגן אין שחרית דעם מוסף
לראש חודש. ס'איז אמת ויציב.
ערב שבט.

דרך בורמה, תשס''ז



כל הנסתרות והנגלות אתה יודע

«…перерезать волосок уж наверно может лишь тот, кто подвесил»

מיכאַיל בולגאַקאַוו

האָבן מיר אַ וואָרט געגעבן
מענטשן זיין דאָס גאַנצע לעבן,
נאָר
אונדזער פאַך איז שנאָר.
אַלץ לשם אַ צוועק אַ הויכן,
ניט געגנבעט, ניט געברויכן.
גאָר
אַלץ איז אין מינאָר.

שווער
איז ערשטער קער.
ווייטער – מער און מער
וואַקסט דער פאַך־באַגער.
ווער וועט בלייבן ווער –
רב צי אפשר הער –
איז כמעט אַ סוד,
אַ געהיימער קאָד.
טאַקע ס'איז אַ שאָד.

אָבער, מילא, האָט קיין מורא.
אַלע סודות ווייסט דער בורא.
ער
ווייסט דאָך ווער איז ווער,
און ער האַלט דעם שער.
אַכטונג אויפן קער!

מעלה החמישה, תשס''ז



אָביעקטיווע סוביעקטיווקייט

מיר ווילן ראַטעווען די וועלט,
און דאָס איז אונדזער צוועק.
עס פעלט פאַר דעם אַ ביסל געלט,
איז רעדט מען אָן אַן עק.

מיר ווילן ראַטעווען די וועלט.
מיר זיינען אַ סוביעקט.
דאָס געלט איז נייטיק און עס פעלט,
און עס איז אַן אָביעקט.

דער פילאָסאָפישער קוריאָז
דערמעגלעכט אַ פאַרקער
דורך אַ געפּאַנצערט שכל־גלאָז.
דער עיקר – דער באַגער.

מיר זיינען אָביעקטיוו אָן געלט,
נאָר דאָס איז סוביעקטיוו.
מיר ווילן ראַטעווען די וועלט,
און איך וויל גוש־קטיף.

מעלה החמישה, תשס''ז



אַ דעה

און זיכער צווינגען וועט דער גלות
זיך אָנצוטרעטן אויף מאָזאָליעס
און דרשנען מיט טויטע קללות.

בעת דו וועסט אין אַ כאַלאַבודע
פאַרענדיקן דיין פּורים־סעודה,
וועט מען דיך פרעגן: "ביסט איין יוּדע?"

ס'קען זיין, אפילו אָן קיין שינאה,
אָן קיין געהיימער אויפרייס־מינע.
נאָר וואָס איז פאָרט די נפקא־מינה?

דעריבער בין איך זיך משאר,
ס'איז ניט כדאי צו זיין אַ פרייער.
די סעודה וועט דיר קאָסטן טייער.

מעלה החמישה, תשס''ז



מאת ה' הייתה זאת?

איז, ניחא, אבן מאסו הבונים.
ער איז געוואָרן אַ ראש פּינה.
עס זיינען גרייט צו צאָלן קונים
צי ניט. וואָס איז די נפקא־מינה?

די תורה איז די בעסטע סכורה.
לית מאן דפּליג. איז, נגילה!
און אדרבא האָב איך מורא:
די שמחה איז אַ פרעמדע תפילה.

מיר פּראַזדנעווען אַ שיבת־ציון
ווייל איצט ימלא שוין שחוק פּינו
און זעען ניט: די בונים מיען.
אַן אבן תהיה לראש פּינה.

מעלה החמישה, תשס''ז



אַן אַלטע מעשה

"דריי קיין מזרח, דריי קיין מערב..."

איציק מאַנגער

"אָ, פייגל מיינע שיינע, וואו זענט איר ערגעץ ווייט פאַרפלויגן?"

אורי צבי גרינבערג

דריי פייגל זיינען געפלויגן ווייט.
דאָס האָט גענומען אַ שטיקל צייט.
אַזוי איז פאַרפירט פון קדמונים אָן.
דער וועג נעמט אַ צייט. ניטאָ וואָס צו טאָן.
זיי זיינען געפלויגן איבער אַ ברייט פעלד.
ס'איז קלאָר, אַז די תבואה די פייגל געפעלט.
זיי זיינען געפלויגן איבער אַ גרויסן וואַלד,
האָבן דערזען אַ שפּאַרבער און געשריגן "גוואַלד!".
זיי זיינען געפלויגן איבער אַ טיפן טייך.
ביים ברעג איז דער מוקן־פאַנג געווען זייער רייך.
סוף־כל־סוף זיינען זיי דערפלויגן צו זייער ציל.
יעדער פויגל – באַזונדער, ווייל צילן זיינען דאָ פיל.

איך בין געשטאַנען ביים אָנהייב פון זייער וועג,
און כ'האָב אויף דער סביבה געקוקט מיט אַ שרעק.
ס'איז גאַרנישט געבליבן. אַלץ אַרום איז פּוסט.
דער סוף פון דער מעשה איז פאַר פריער באַוואוסט.
איך האָב באַשלאָסן אַ פויגל צו ווערן.
דאָ וועל איך פליען, נאָר טוט מיר ניט שטערן.

מעלה החמישה, תשס''ז



נאָך פּושקינען

דער דאָרשט דער גייסטיקער האָט מיך
אין מדבר גרינג אַרויסגעטריבן,
און ס'האָט אַ שרף פייער־גיך
מיך פון דער ערד אונטערגעקליבן.
מיט פינגער גרינגע ווי אַ טרוים
האָט ער אַנטפּלעקט פאַר מיר דעם רוים,
איך זאָל דערזען, איך זאָל דערהערן,
איך זאָל באַגרייפן זיך אַליין,
די וועלט, וואָס איז סיי גרויס סיי קליין
און האַלט כסדר אין איין ווערן.

ער האָט געגעבן מיר די שפּראַך,
כ'זאָל קאָנען ריידן מיט די טויטע,
ווייל אַלע שפּראַכן זיינען שוואַך
צום מחכים זיין דעם היינט דעם שוטה.
איך בין געוואָרן קלוג און שטום,
און כ'האָב פאַרלאָרן אַן אַרום,
און איך וועל גיין דורך זיך צו שטערן
נאָך פערציק יאָר, נאָך פערציק יאָר,
און ווערן, ווערן, ווערן, ווערן
מדור לדור, פון דור צו דור.

מעלה החמישה, תשס''ז



ודור בא

מיר וועלן קומען
פלאַנצן אין מדבריות בלומען,
ברעכן דעם רעמי דעם שטומען
און גליקלעך זיין.
די צייט וועט פליען,
די מדבריות וועלן בליען
און נצחונות וועלן בריען
מיט שיין און פּיין.

איז גייט מען ווייטער
מיט אַ שטרעבונג אַ פאַרשייטער.
יעדער איינער איז אַ פייטער
און אַ בת־קול.
דאָס רעדל דרייט זיך,
און דער וועלט־קומער דערפרייט זיך.
עפּעס נייס און גליקלעכס גרייט זיך
זיין נאָך אַ מאָל.

מעלה החמישה, תשס''ז