Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום רביעי, מאי 20, 2015

***

מײַן בלוט זידט אויף. י
אַרום איז כלומרשט שטיל.י
און פאָרט אַ רוף
טוט אין דעם גראָז אַ גריל.י

אַ לאַנגע גאַס.י
אַן אומגעזאַמטער פּלאַץ.י
אַן אַלטער פאַס,י
וואָס היט אין זיך אַ שאַץ.י

קיין באַרג, קיין טאָל.י
אַ פלאַכער, ברייטער סטעפּ.י
און בלויז צומאָל – י
אַ רמזל אויף טרעפּ.י

אַראָפּ, אַרויף
און גלײַך - פאָרויס, צוריק.י
מײַן בלוט זידט אויף
אויף אָט דעם שמאָלן בריק.י

סטאַניצע ראָדניקאָווסקאַיאַ