Velvl Chernin וועלוול טשערנין Велвл Чернин

יום שבת, דצמבר 31, 2005

א בריוו קיין אייראפע




וועלוול טשערנין


אַ בריוו קיין אייראָפּע. דאָס יאָר דתת''ס


,ווייסט, צעזייטע און צעשפּרייטע איבער לענדער בני־ישראל
,די, וואָס זאָגן מיט כוונה "ברענג צונויף אין אונדזער לאַנד אונדז
.זייט געוואויר: איר האָט פאַרלאָרן אַלע רעכט אויף נחלת־אָבות
,ס'איז ניטאָ מער קיין חזקה, חוץ דער תפילה אינעם סידור
.חוץ דער לויטער־מאָדנער בענקשאַפט, חוץ די אוראַלטע נבואות

.אָן אַ נעשה פאַרן נשמע וועט דאָס רעכט צוריק ניט קומען
.אייער יידישקייט איז, ליידער, פון דער אוראַלטער א היפוך
.זאָגט איר: "נשמע" און דעם נעשה טייטשט איר אויס געדולדיק־קנעכטיש
.וואַרט איר אויף אַ יד חזקה, וואָס וועט ווידער טאָן אייך נסים
.וואַרט נאָך טויזנט יאָר, עבדים. די חזקה איז פאַרלאָרן

בעט איר טויזנט יאָר זאָל אויפשטיין אייך במהירה בימינו
?בית־המקדש. און די שטיינער האָט איר אָנגעגרייט באַצייטנס
האָט איר דען לכל־הפּחות זיך געטשעפּעט מיט די נעגל
?פאַר די שטיינער פונעם היימלאַנד, וואָס מוז זיין כולה ישראל
.ניין, ניט איר. איר זיצט אין גלות און איר דאַוונט מיט כוונה –

,האָט איר שוין געהערט אין ווייטן, ברידער מיינע, בני־ישראל
?די, וואָס זיצן אינעם גלות אויפן צפון, דאָרט ביי עשיו
?האָט איר שוין געהאָרכט די בשורה? איז זי שוין צו אייך דערגאַנגען
,אָדער ווייסט איר נאָך ניט, ברידער, אַז די פעסטונג איז געפאַלן
?און ס'איז מער שוין ניט געבליבן קיין איין שטאָט כולה ישראל

ס'האָט די שטאָט געהייסן חיפה. ס'האָבן דאָרט געלעבט די לעצטע
,בני־ישראל, וועלכע האָבן אויפגעהויבן דרייסט די שווערדן
,בירושהדיקע שווערדן צו באַשיצן אייער היימלאַנד
!אייער ווירדע און חזקה. וויינט דאָך! איך גבורים נפלו
.אייך – בלויז עיטים וּמזמֵרות, זיי – די שווערדן און די שפּיזן

,חיפה איז אַליין געבליבן אויפן ברעג ביים ים־הגדול
ביי די פיס פון הויכן כרמל, וואו עס האָט אַ מאָל אליהו
.דרייסט באקעמפט עבודה־זרה און האָט זי פאַרברענט מיט פייער
,טויזנט יאָר שוין נאָכן חורבן. ס'איז ניטאָ קיין בית־המקדש
.אָבער פונקען פונעם מוקד האָבן נאָך געשיינט אין חיפה

,בעל־מלאכות, סוחרים, פישערס האָבן דאָרט געלעבט ווי יידן
.עכטע יידן על־פּי תורה אויפן באָדן פונעם היימלאַנד
,רוימער, גריכן און אַראַבער פלעגן קומען און אַוועקגיין
אָבער חיפה איז געבליבן טויזנט יאָר כולה ישראל
.בעת איר האָט געשלעפּט דעם גלות און געדאַוונט מיט כוונה

.ס'איז ניטאָ מער קיין חזקה זינט דעם יאָר תת''ס דעם שוואַרצן
ווילדע קריסטן פון אייראָפּע, וועלכע האָבן אויסגעשאָכטן
,גאַנצע הייליקע קהילות פון די שטילע גלות־יידן
.זיינען דאָך דערגאַן אַהערצו, ביז די שטעט פון אייער היימלאַנד
.האָבן זיי צו ערשט באַלאַגערט און פאַרכאַפּט ירושלים

.ס'האָבן טייכן בלוט גערונען, הייליק יידיש בלוט אין גאַסן
.ס'איז קיין יידן ניט געבליבן ווידער אין ירושלים
.אומעטום דאָרט הערשט דער צלם ווי אין גלות, דאָרט ביי עשיו
,ווער ס'איז לעבן דאַן געבליבן בעת דער שוידערלעכער שחיטה
.האָט געזוכט אַ מקום־מקלט אין פּלשת־לאַנד, אין אשקלון

.אויף די הויכע ווענט פון אשקלון שטייען קריגערס פון מצרים
.דער כאַליף שיקט זיי אַ שטיצע דורכן ים מיט זיינע שיפן
און די ווילדע בייזע קריסטן זיינען ניט אימשטאַנד לעת־עתּה
.גובר זיין די ווענט פון אשקלון און די קריגערס פון מצרים
.און די יידן מעגן לעבן דאָרט באַנאַנד מיט מוסולמענער

,חיפה איז אַליין געבליבן אויפן ברעג פון ים־הגדול
.אָן אַ שטיצע פון מצרים. עיר ואם כולה ישראל
מ'האָט געשאַרפט אויף אירע גאַסן בירושותדיקע שווערדן
,צו באַשיצן אייער היימלאַנד, אייער ווירדע און חזקה
.און איר האָט געדאַוונט, ברידער, אויפן צפון, דאָרט ביי עשיו

.ס'איז פאַרביי אַ יאָר פון אומרו, אָבער חיפה איז געשטאַנען
,ס'האָבן קריסטן שוין געגרינדעט זיי אַ קעניגרייך אַ נייע
אויסדערוויילט פאַר זיך אַ קעניג זיצן אין ירושלים
,און צעטיילט שוין צווישן ריטערס ס'גאַנצע לאַנד פון בני־ישראל
.אויסער יענע שטעט און קרייזן, וואָס זיי האָבן ניט פאַרכאַפּט נאָך

.ס'האָט דעראָבערט זיך אַ חלק אויך טאַנקרעד דאַן דער טאַרענטער
.ער איז איצט דער פירשט פון גליל דער נאָרמאַן דער איטאַליענער
און ער האָט געבראַכט צו פירן זיינע ריטערס די רשעים
דעמלט צו די ווענט פון חיפה אויפן ברעג פון ים הגדול
.און מיט אים – דער אויבער־גלח דיאַמבערט דער פוקס פון פּיזע

דיאַמבערט דער אויבער־גלח אין דער קעניגרייך דער נייער
.האָט געוואָלט פאַרניכטן יידן, עוקר מן השורש זיין זיי
אָבער חיפה איז געשטאַנען – עיר ואם כולה ישראל
און אויף אירע ווענט און טורעמס – אירע תושבים בני ישראל
.צו באַשיצן אייער היימלאַנד, אייער ווירדע און חזקה

,ס'האָבן צאָרנדיק געפינקלט בירושותדיקע שווערדן
,ס'האָבן שטיל, נאָר שאַרף געזונגען פיילן, זוכנדיק א קרבן
.ס'זיינען שווער געפאַלן שטייער אויף די קעפּ פון ווילדע קריסטן
,און דער שטורעם פון די ריטערס איז געוואָרן אָפּגעשטויסן
.און עס איז געשטאַנען חיפה, עיר ואם כולה ישראל

.און עס האָט דאַן אָנגעהויבן די באַלאַגערונג פון חיפה
,קיין שום הילף און קיין שום שטיצע איז צו איר ניט אָנגעקומען
,נאָר דער ים האָט נאָך געהאָלפן די באַלאַגערטע גבורים
שפּייזנדיק מיט פיש די תושבים, ווייל די קריסטלעכע חיילות
.האָבן חיפה דאָך באַלאַגערט תחילת בלויז פון דער יבשה

.ס'איז דער ים געווען נאָך אָפן פאַר די דרייסטע בני־ישראל
און די כוואַליעס פון די שטורעמס פון די קריסטן די רשעים
.האָבן זיך צעקלאַפּט כסדר ביי די פעסטע ווענט פון חיפה
.פאַר באַלאַגערונג אַ טורעם האָט טאַנקרעד געמוזט אויסבויען
.און עס האָבן אויסגעבויט אים גיך די קריסטן מיט אַ בקיאות

אָבער ווען די ווילדע קריסטן האָבן צוגערוקט דעם טורעם
,צו די הויכע ווענט פון חיפה צו דעראָבערן די פעסטונג
האָט זיך דאַן צעפּראַלט דער טויער און די דרייסטע בני־ישראל
,האָבן אימפּעטיק באַפאַלן די באַלאַגערערס די ריטערס
.תל געמאַכט מיט שווערד און פייער פונעם דראָענדיקן טורעם

,ווייטער איז געשטאַנען חיפה, עיר ואם כולה ישראל
.לאַנגע טעג און לאַנגע וואָכן איז געשטאַנען מיט אַ גבורה
.און טאַקרעד האָט פיל פאַרלאָרן ריטערס זיינע אין די שלאַכטן
.שווער געווען איז די מלחמה, די באַלאַגערונג פון חיפה
.און ער האָט געוואָלט אַוועקגיין, ניט דעראָבערט כלל די פעסטונג

,דעמלט האָט דער אויבער־גלח דיאַמבערט אים בייז דערמוטיקט
?זאָגנדיק: "ביסטו אַ ריטער? ביסט אַ קעמפער פאַר די קריסטן
וועט מען זאָגן: "אַ מפּלה האָט טאַקרעד דער פירשט געליטן
ביי דער פעסטונג פון די יידן!" גיי און קעמף! געפין אַן עצה
"!איינצודרינגען אין דער פעסטונג דורכן ים אויף זעגלשיפן

ס'האָט טאַנקרעד זיך דאַן דערמוטיקט, זיך באַראַטן מיט די ריטערס
און צו הילף האָט ער גערופן דאָ ווענעציאַנער ים־לייט
און פאַרמאַכט מיט זעגלשיפן דעם אַרויסגאַנג פונעם האַפן
און אַזוי האָט ער באַלאַגערט חיפה שוין פון אַלע זייטן
.און געפאָדערט פון די יידן באַלד די שטאָט אים אָפּצוגעבן

נאָר די דרייסטע בני־ישראל האָבן ווידער אים געענטפערט
.בלויז מיט שווערדן און מיט פיילן און מיט גלויבן און מיט ווירדע
.ווייטער איז געשטאַנען חיפה, עיר ואם כולה ישראל
ס'איז פאַרברענט אַ שיף געוואָרן פון ווענעציאַנער ים־לייט
.אין דער שלאַכט אין חיפהער האַפן. תהומות יְכַסְיֻמוּ, ברידער

נאָך אַ חודש שווערע שלאַכטן האָבן זיך אַריינגעריסן
.אין דער שטאָט די ווילדע קריסטן און דעראָבערט זי מיט שווערדן
.און עס זיינען אומגעקומען קינד־און־קייט די חיפהער יידן
זיינען זיי געוואָרן קדושים. וויינט דאָך. איך גבורים נפלו
!אויף די שטיינער פונעם היימלאַנד, וואָס מוז זיין כולה ישראל

.דאָרטן, ביי דעם הויכן כרמל איז ניטאָ מער קיין חזקה
,אָן אַ נעשה פאַרן נשמע וועט דאָס רעכט צוריק ניט קומען
.ווייל די פעסטונג איז געפאַלן און איר דאַוונט מיט כוונה
,וועט איר זוכן נאָך אין סידור בירושותדיקע שווערדן
.זאַמלען שטיינער מיט אַ בענקשאַפט, זיך דערמאָנענדיק אין חיפה

כפר־אלדד, תשס''ג